„ייִדישלאַנד‟ איז איצט צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץMagazine, “Yiddishland”, now available online
די אינטערנעץ־לייענער קענען איצט זען די ערשטע אַכט נומערן פֿונעם הײַנטצײַטיקן ליטעראַרישן זשורנאַל אויף ייִדיש.
אויף דער וועבזײַט פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די ערשטע אַכט בענדער פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל „ייִדישלאַנד‟. אין דער צוקונפֿט פּלאַנירן די פֿאַרלעגער פֿון דער אויסגאַבע אַרויסצושטעלן אויך די אַנדערע נומערן. די פֿריִערדיקע ספּעציעלע וועבזײַט פֿון „ייִדישלאַנד‟, וווּ ס׳איז געשטאַנען בלויז די אַלגעמיינע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם זשורנאַל, איז בטל געוואָרן.
„ייִדישלאַנד‟, וואָס גייט אַרויס יעדע דרײַ חדשים, איז געגרינדעט געוואָרן אין סוף 2018. זינט דעמאָלט זענען אַרויס 13 נומערן. אויפֿן הײַנטיקן טאָג איז עס דער איינציקער געדיכטער ליטעראַרישער זשורנאַל אויף ייִדיש אין דער וועלט. דער אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟, אַן אַנדער חשובֿע ייִדישע אויסגאַבע, דערשײַנט איין מאָל אַ יאָר און נאָר טיילווײַז אויף ייִדיש; דער אַמעריקאַנער זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟ איז אַוודאי זייער חשובֿ, נאָר ממשותדיק דינער. בלויז „ייִדישלאַנד‟ האָט אַ פֿאָרמאַט, וואָס מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט אַזעלכע אַמאָליקע אויסגאַבעס, ווי „די גאָלדענע קייט‟ און דעם „ירושלימער זשורנאַל‟.
די נומערן זענען צוטריטלעך געוואָרן אויף דער אינטערנעץ אַ דאַנק דער קאָאָפּעראַציע מיט „אָליאַנסקיס פֿאַרלאַג‟ אין שוועדן. ווי אַ פּועל יוצא גייט ער אַרויס אין צוויי לענדער, ישׂראל און שוועדן. דער באַשלוס צו פֿאַרענפֿטלעכן דעם עלעקטראָנישן אַרכיוו דווקא אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ איז נישט קיין צופֿאַל. „ייִדישלאַנד‟ קאָאָפּערירט אויך כּסדר מיט דער רוסלענדישער ייִדישער צײַטונג; דער פֿינפֿטער באַנד פֿונעם זשורנאַל איז געווען אינגאַנצן געווידמעט דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט און איר הויפּטשטאָט.
אַ דאַנק דער איצטיקער אינטערנעץ־פּובליקאַציע קאָנען די לייענער אַרום דער וועלט אָפּשאַצן די היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון דער אויסגאַבע. דער ערשטער נומער פֿון „ייִדישלאַנד‟ האָט געהאַט בלויז 72 זײַטלעך. אַחוץ אַ צאָל איבערגעזעצטע שרײַבער און פּאָעטן, זענען די אָריגינעלע ייִדישע מחברים דאָרט געווען גוט באַקאַנטע — רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, מיכאל פֿעלזענבאַום, באָריס קאַרלאָוו, עמיל קאַלין און משה לעמסטער. בײַם סוף פֿון יענעם נומער געפֿינט זיך אַן אימפּאָזאַנטע רשימה צונויפֿגעשטעלט פֿון וועלוול טשערנין: 120 ביכער אויף ייִדיש, וואָס זענען אַרויס פֿון 2012 ביז 2018. דאָס קאָן מען אָפּטײַטשן ממש ווי אַ מין מאַניפֿעסט: די רשימה ווײַזט, אַז די ייִדישע ליטעראַטור לעבט און ממילא וועט דער נײַער זשורנאַל לעבן. וכּך־הווה – אַזוי איז טאַקע געשען, קיין עין־הרע. די אויסגאַבעס זענען געוואָרן דיקער; עס באַווײַזן זיך כּסדר נײַע מחברים.
„ייִדישלאַנד‟ ווערט רעדאַקטירט פֿון פֿעלזענבאַום און טשערנין, מיט דער הילף פֿון בערל קערלער און וואַלערי דימשיץ. אָנהייבנדיק פֿונעם דריטן נומער, האָט מען באַשטימט אַ טעמע פֿאַר יעדן באַנד. איין נומער האָט מען געווידמעט איבערזעצונגען אויף ייִדיש, אַן אַנדערער – דער הײַנטיקער ייִדישער פּאָעזיע. דער פֿינפֿטער, ווי געזאָגט, איז געווען וועגן די ביראָבידזשאַנער; דער טאָפּלטער (זעקסטער און זיבעטער) באַנד — אַ ישׂראלדיקער; דער אַכטער – דערווײַל דער לעצטער אינעם אינטערנעץ־אַרכיוו – איז געווען געווידמעט די ווערק פֿון איצטיקע, דער עיקר יונגע און מיטל־יאָריקע, מחברים.
צו לייענען אַן אַלגעמיינעם באַריכט פֿונעם לעצטן, דעם דרײַצנטן נומער „ייִדישלאַנד‟, גיט אַ קוועטש דאָ. פּאַפּירענע עקזעמפּלאַרן פֿון די פֿרישסטע און עטלעכע אַלטע נומערן קען מען באַשטעלן דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO