דעם ליובאַוויטשער רבינס אָריגינעלע מאמרים אויף ייִדישThe Lubavitcher Rebbe’s discourses in original Yiddish
ווען ר׳ מנחם־מענדל שניאורסאָן האָט מקבל געווען זײַן פּאָזיציע ווי דער רבי, האָט ער געהאַלטן אַ מאמר אויף ייִדיש דורכגעזאַפּט מיט סודות־התּורה.
נישט לאַנג צוריק, דעם 10טן שבֿט, האָבן די ליובאַוויטשער חסידים אָפּגעמערקט דעם יאָרצײַט פֿון זייער זעקסטן רבין, יוסף־יצחק שניאורסאָן. דאָס איז אויך די דאַטע, ווען זייער לעצטער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, איז מיט אַ יאָר שפּעטער געוואָרן דער ראָש פֿון דער חסידישער באַוועגונג.
לכּבֿוד דעם דאָזיקן טאָג, האָט מען אין חב״ד פֿאַרעפֿנטלעכט אַ וויכטיקן ספֿר – דעם ייִדישן אָריגינאַל פֿונעם מאמר „באָתי לגני‟, וואָס דער רבי האָט געזאָגט מיט 60 יאָר צוריק, אינעם יאָר תּשכ״ב (1962). די סעריע הייסט „ומדייק במאמר‟ – „און מע לייענט דעם מאמר גענוי‟.
דאָס איז נישט דער ערשטער באַנד אין דער סעריע. נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס איז אָבער די זאַמלונג ווידער דערשינען בחינם אויף דער אינטערנעץ; די בענדער פֿון 1956, 19571957, 1958 און 1959 זענען אויך צוטריטלעך פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. נישט געקוקט אויפֿן דרײַ־יאָריקן הפֿסק, באַקומט זיך בסך־הכּל אַ גרויסער אוצר, וואָס דערמעגלעכט די לייענער נאָכצופֿאָלגן, ווי אַזוי דער געדאַנקען־גאַנג און די שפּראַך פֿונעם ליובאַוויטשער רבין האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון אַ לאַנגן און רעפּרעזענטאַטיוון פּעריאָד. לאַוו־דווקא אָפֿיציעל, קאָן מען אויך געפֿינען ערגעץ אַנדערש דעם מאמר פֿון 1960.
דער המשך פֿון די מאמרים איז אַ וויכטיקער אוצר אי פֿאַרן פֿרומען עולם, אי פֿאַר ייִדישיסטן און ייִדישע שרײַבער – ווי אַ גלענצדיקער מוסטער פֿונעם לומדישן ייִדיש, וווּ די גרענעצן צווישן ייִדיש, לשון־קודש און לשון־תּרגום (אַראַמיש) ווערן אָפֿט צעשווענקט.
„דער כּוח, וואָס דאָרט איז דאָ בפּועל, איז דאָס אין אַן אופֿן בלי גבֿול בפּועל, וואָס דאָס איז דאָך אין די שמים ואָרץ, וואָס זיי זײַנען לאַחרי הצימצום און לאַחרי עולם־האַצילות, ביז אין די עולמות בי״ע, ביז אין למטה עד אין תּכלית, אין עולם העשׂיה‟. איר זאָלט נישט מיינען, אַז דאָס איז עפּעס אַ שפּראַכלעכער מישמאַש צי אַ רבנישער זשאַרגאָן. דאָס איז אַ נאַטירלעכער מיסטיש־פֿילאָסאָפֿישער נוסח ייִדיש. יעדן ייִדישיסט איז כּדאַי צו וויסן, אַז אַנשטאָט די לאַטײַן־שטאַמיקע ווערטער „פּאָטענציעל‟ און „אַקטועל‟ זענען פֿאַראַן אַזעלכע היימישע ייִדישע באַגריפֿן, ווי „בכּוח‟ און „בפּועל‟.
פֿון דעסט וועגן, קען מען זאָגן, אַז די חב״ד־רביים זענען רעקאָרד־ברעכער אינעם אָפֿטן באַנוץ פֿון לשון־קודשדיקע טערמינען און אויסדרוקן אויף ייִדיש. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי – דער פֿריִערדיקער, ווי מע רופֿט אים אָן אינעם הײַנטיקן חב״ד – האָט געדרשנט אויך זייער טיף, אָבער אין אַ מער פּאָפּולערן סטיל. גאָר אַן אַנדער זאַך איז „באָתי לגני‟ – אַדרעסירט צו עכטע תּלמידי־חכמים, שווער צו פֿאַרשטיין אַ דורכשניטלעכן פֿרומען ייִד; דער נאָמען פֿונעם מאמר שטאַמט פֿון שיר־השירים און מיינט „איך בין געקומען אין מײַן גאָרטן‟. זעט אָט דאָ דעם ווידעאָ פֿונעם מאמר „באָתי לגני‟, וואָס דער רבי האָט געזאָגט אין תּש״ם (1980).
ווען רבי מנחם־מענדל שניאורסאָן זצ״ל האָט מקבל געווען זײַן מנהיג־ראָלע, איז ער דעם 10טן שבֿט, אין 1951, אויפֿגעטראָטן מיט אַ מאמר דורכגעזאַפּט מיט למדנות. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַנע פּאָפּולערע שׂיחות, וואָס זענען לכתּחילה דערשינען אויף ייִדיש, איז דעם רבינס רעדע געווען פֿול מיט ספּעציפֿישע קבלה־טערמינען, פֿילאָסאָפֿיע און ענדלאָזיקע בפֿירושע און באַהאַלטענע פֿאַררופֿונגען אויף הונדערטער ספֿרי־קודש. יעדעס יאָר האָט ער געדרשנט אינעם זעלבן סטיל. ביז דער הײַנטיקער סעריע איז געווען בנימצא נאָר די לשון־קודשדיקע אויסגאַבע.
בקיצור־נמרץ, דערלערט דער רבי אין זײַן המשך „באָתי לגני‟, ווי אַזוי מע קאָן מגלה זײַן דעם געטלעכן אין־סוף אין דער באַגרענעצטער גשמיותדיקער וועלט און משׂיג צו זײַן, אַז געטלעכקייט בלײַבט מחוץ אַלע מענטשלעכע באַגריפֿן, אַפֿילו די סאַמע אַבסטראַקטע און איידלסטע. פֿון דער וועלט־פּערספּעקטיוו, קאָן מען אין אַ געוויסער מאָס פֿאַרגלײַכן „באָתי לגני‟ צו די ווערק פֿון אַזעלכע באַרימטע דענקער, ווי דער גרויסער סופֿי אבן־ערבי און דער קריסטלעכער מיסטיקער מײַסטער עקהאַרט.
מע זאָל אויך נישט טראַכטן, אַז אַ הײַנטצײַטיקן ייִדישיסט איז גענוג זיך אויסצולערנען דעם מאָדערנעם העברעיִש מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה – און שוין, קאָן מען פֿאַרשטיין אַזאַ מין ייִדיש. אָט איז נאָך אַ שטיקל פֿונעם רבינס מאמר: „ענין המלאָכים בכלל, ובפֿרטיות אין מלאך מט״ט וסנד״ל, וואָס ס׳קומט דאָך אַראָפּ…‟ אין קיין הויפּטשטראָמיק העברעיִש ווערטערבוך וועט איר נישט אויסגעפֿינען, אַז מט״ט איז דער טײַטש מטטרון און סנד״ל סנדלפֿון – צוויי גרויסע מלאָכים, ווי מע זאָגט בלע״ז „אַרכאַנגעלן‟ (אַרכאַנגלען); על־פּי קבלה איז בעסער נישט צו דערמאָנען זיי בײַם נאָמען, דערפֿאַר באַנוצט מען זיך מיט אָט־די סטאַנדאַרטע ראָשי־תּיבֿות, וואָס זענען אויך מרמז אויף זייערע ראָלעס אינעם אוניווערס.
אַחוץ דער תּורהדיקער און קבלה־טערמינאָלאָגיע, נאַט אײַך אָט אַזוינס נאָך: „ער זאָגט אין דער אדרא, אַז בגולגלתּא איז דאָ תּריסר אַלפֿי עלמין‟. דאָס איז די אַראַמישע שפּראַך פֿונעם זוהר. „גולגלתּא‟, בוכשטעבלעך „דער שאַרבן‟, איז אַ געוויסע זייער הויכע מדרגה ברוחניות, „תּריסר‟ מיינט 12, און „אַלפֿי עלמין‟ – טוינזטער וועלטן.
נישט אַלץ איז אין דער סעריע אַזוי פֿויגלדיק, צום באַדויערן. הרבֿ זאבֿ־וואָלף־בער אַדלער, וואָס שטעלט זי צונויף, האָט קאָפּירט דעם רבינס ווערטער וואָרט נאָך וואָרט פֿון די אוידיאָ־טאַשמעס. קיין ניקודות, אַפֿילו קמצן, ווי אין כּמעט אַלע אַנדערע חסידישע אויסגאַבעס, זענען נישטאָ; דער אויסלייג וואַקלט זיך און די שפּראַך שטימט נישט אַלעמאָל מיטן ליובאַוויטשער רבינס אַלטן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש. למשל, ס׳שטייט געשריבן „די צמח־צדק‟, „די מאמר‟ און אַפֿילו „די רבי‟. אַוודאי, האָט דער ליובאַוויטשער רבי נישט גערעדט ווי אַ הײַנטיקער אַמעריקאַנער חסיד און גוט געוווּסט דעם אונטערשייד צווישן לשון־זכר און לשון־נקבֿה – אָבער נישט דעם דריטן גראַמאַטישן מין; ער איז דאָך געווען אַ רײַסישער ליטוואַק.
אַ גרויסע מעלה באַשטייט אין דעם, וואָס הרבֿ אַדלער באַגלייט כּמעט יעדע שורה פֿונעם מאמר מיט לאַנגע, פּרטימדיקע, ממש ענציקלאָפּעדישע קאָמענטאַרן. יעדער מאמר אין דער סעריע איז אויך באַגלייט מיט אַ ריי שײַכותדיקע בײַלאַגעס.
אַזוי צי אַנדערש, אויב איר ווילט זיך אויסלערנען דעם עכטן לומדישן ייִדיש – לייענט דעם ליובאַוויטשער רבינס מאמרים, שטודירנדיק דערבײַ לשון־קודש און אַראַמיש. ביידע לשונות זענען אינטעגראַלע טיילן פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער דרײַ־שפּראַכיקער קולטור און ממילא זענען, אין פּרינציפּ, אָרגאַנישע קאָמפּאָנענטן פֿון ייִדיש.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO