ווידעאָ: אַ נײַ ליד וועגן אַ געליטענער פֿון מענגעלעןVIDEO: A new song about one of Mengele’s victims
דאָס איז איינס פֿון אַ זאַמלונג לידער אָנגעשריבן פֿון פֿרויען, וואָס זענען פֿיזיש אָדער סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן בעתן חורבן.
דער אַנסאַמבל „פּאַיאַדאָראַ טאַנגאָ‟ האָט אַרויסגעשטעלט אויף יוטוב אַ נײַ ליד מיטן נאָמען „אַ קרבן פֿון מענגעלע‟, וווּ די קאַנאַדער מוזיקערין לענקאַ ליכטענבערג דערציילט וועגן דעם ביטערן גורל פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט געליטן פֿונעם טרויעריק־באַרימטן דאָקטער יאָזעף מענגעלע; די פֿרוי איז סטעריליזירט געוואָרן אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן.
ליכטענבערג איז געבוירן געוואָרן אין פּראָג, אין 1955. ס׳רובֿ אירע קרובֿים אויף דער מאַמעס צד זענען דערמאָרדעט געוואָרן בעת דעם חורבן. צו נײַן יאָר האָט זי שוין געשפּילט ווי אַן אַקטריסע, שפּעטער געאַרבעט אין דערמאַרק ווי אַ זינגערין און דערנאָך זיך באַזעצט אין קאַנאַדע. זי שאַפֿט אייגענע לידער און דינט ווי אַ חזנטע אין דער איינציקער טאָראָנטער רעקאָנסטרוקציאָניסטישער סינאַגאָגע „דרכי נועם‟.
דאָס ליד איז אַ טייל פֿונעם אַלבאָם „שטילע טרערן‟, וואָס די גרופּע פּלאַנירט אַרויסצולאָזן אין דער נאָענטער צוקונפֿט. נישט לאַנג צוריק האָב איך געשריבן וועגן אַ צווייט ליד, געזונגען פֿון אַבֿיבֿה טשערניק, וואָס דינט ווי דער לייטמאָטיוו פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט און הייסט „שטילע טרערן: דער לעצטער ייִדישער טאַנגאָ‟. דער פּראָיעקט איז פֿאַרבונדן מיט דער טעטיקייט פֿון ד״ר פּאָלאַ דוד, אַ קאַנאַדער געראָנטאָלאָגין. זי האָט פֿאָרגעלייגט די פֿרויען, וואָס האָבן געליטן בעת דעם חורבן פֿון פֿיזישע און סעקסועלע באַעוולונגען, צו דערציילן זייערע לעבנס־געשיכטעס אין אַ פּאָעטישער פֿאָרעם. צוזאַמען האָבן די פֿרויען אָנגעשריבן די לידער און די ישׂראלדיקע ייִדישיסטקע וויקי אַש האָט זיי איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
דניאל ראָזענבערג, דער אויספֿיר־פּראָדוסער פֿונעם פּראָיעקט, אַרײַנגערעכנט דעם ליד „אַ קרבן פֿון מענגעלע‟, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז די דאָקטאָרין האָט דורך דעם געפּרוּווט פֿאַרלײַכטערן די פּסיכאָלאָגישע טראַוומע פֿון די נאַצי־קרבנות: „איך בין נישט זיכער, אַז מע קען דאָס אויסהיילן, נאָר מע לערנט זיך צו לעבן דערמיט, צו געפֿינען עפּעס גוטס אינעם הײַנטיקן לעבן, וואָס ווײַזט, אַז ס׳איז כּדאַי צו לעבן ווײַטער‟.
וועגן דעם איז טאַקע דאָס נײַע ליד. אונטערן פֿידל־אַקאָמפּאַנימענט פֿון רבֿקה וואָלקשטיין, וועלכע האָט אויך געשאַפֿן די מוזיק, דערציילט ליכטענבערג מיט אַ האַלב־זינגענדיקן, האַלב־רעדנדיקן טאָן, ווי אַזוי די העלדין פֿון דער טרויעריקער מעשׂה האָט זיך נאָכן באַפֿרײַט ווערן אויסגעלערנט גיין, עסן, רעדן און זיך פֿילן פֿון ס׳נײַ. זי דערציילט, אַז די בייזע כּלומרשטע נאַצי־דאָקטוירים האָבן „געלאַכט און געלאַכט אָן אַ שיעור‟, ווען זיי האָבן דורכגעפֿירט זייערע עקספּערימענטן איבער איר – דהײַנו, אַז זיי זענען געווען סאַדיסטן אינעם עכטן זין פֿון וואָרט.
דאָס ליד ווערט אויך באַגלייט פֿונעם באַס (דזשאָו פֿיליפּס), פּיאַנע (ראָבערט האָרוואַט) און באַנדאָנעאָן (דריו דזשורעקאַ) – אַ קלאַסישער אינסטרומענט פֿונעם אַרגענטינער און אורוגווײַער טאַנגאָ. לכתּחילה געשאַפֿן צו שפּילן גײַסטיקע מאָטיוון אין קלויסטערס, איז דער באַנדאָנעאָן באַקאַנט פֿאַר זײַן נשמהדיקן, רירנדיקן קלאַנג.
דעם אמת געזאָגט, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל דערזען דעם ווידעאָ, האָב איך געטראַכט, אַז ער האָט עפּעס אַ וווּלגאַרן טעם. מע הערט ליכטענבערג זאָגן די שוידערלעכע ווערטער וועגן די „די רוצחישע כּלבֿים, וואָס האָבן מיר זאַכן געשטעקט אין דעם אָרט – צו זען, וואָס וועט אפֿשר פּאַסירן‟. אויפֿן הינטערגרונט זעט מען אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די נאַצי־זעלנער, זייערע קרבנות און אַ טיפּישן ליידיקן בנין אין קאַנאַדע. צוערשט האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז עס באַקומט זיך עפּעס אַ מישמאַש.
כ׳האָב איבערגעקוקט דעם ווידעאָ און פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז דווקא אַ געראָטענער אײַנפֿאַל. עס גייט דאָך אַ רייד פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט די מלחמה, זיך באַזעצט אין קאַנאַדע, און אַליין פֿאַרוואַנדלט איר טרויעריקע לעבנס־געשיכטע אין אַ ליד. אַדרבה, דער קאָנטראַסט צווישן די חורבן־פֿאָטאָס און זייער אומשולדיקן כּמו־שאָטן, אַ הײַנטיקן חורבֿה־בנין, ווײַזט דעם בולטן קאָנטראַסט אינעם לעבנס־וועג פֿון דער געליטענער.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO