צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע — אַ „ניו־יאָרק טײַמס“־אַרטיקל אין גאַנצן אויף ייִדישFor the first time ever — a New York Times article completely in Yiddish
דער באַריכט וועגן דעם מצבֿ פֿון דער דערציִונג אין די ניו־יאָרקער חרדישע מוסדות איז באַזירט אויף אַ חדשים־לאַנגער אויספֿאָרשונג.

Graphic by Angelie Zaslavsky
צום ערשטן מאָל אין איר געשיכטע, האָט די וועלטבאַרימטע צײַטונג, די „ניו־יאָרק טײַמס“, אַרויסגעלאָזט אַן אַרטיקל אין גאַנצן אויף ייִדיש. דעם אַרטיקל קען מען בלויז לייענען אינעם דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט.
דער אַרטיקל, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן דעם 11טן סעפּטעמבער אין איינעם מיטן אָריגינעלן אַרטיקל, גיט איבער אַ שטאַרק קריטישן באַריכט וועגן די ריזיקע געלטער וואָס די חסידישע מוסדות האָבן במשך פֿון יאָרן באַקומען פֿון דער רעגירונג — נאָענט צו אַ ביליאָן דאָלאַר — נישט געקוקט אויף דער גאָר שוואַכער קוואַליטעט פֿון די לימודי־חול, די סעקולערע לימודים, וואָס זיי האָבן געלערנט די קינדער.
דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אַן אינטענסיווער חדשים־לאַנגער אויספֿאָרשונג פֿון די חרדישע מוסדות אין ברוקלין און דעם מאָנסי־ראַיאָן, וואָס האָט באַוויזן אַז די קינדער אין די מוסדות ווערן סיסטעמאַטיש באַרויבט פֿון אַן עלעמענטאַרער דערציִונג, דערפֿירנדיק צו אַ פֿאַרכּישופֿטער ראָד פֿון אַרבעטלאָזיקייט און פֿינאַנציעלער אָפּהענגיקייט.
אַ באַווײַז פֿונעם אָנגעווייטיקטן מצבֿ אין די מוסדות און ישיבֿות איז בולט אַנטדעקט געוואָרן נאָך דעם ווי דער מוסד „תּלמוד תּורה תּורה ויראה דרבינו יואל מ’סאַטמאַר“ האָט אין 2019 מסכּים געווען צו געבן מער ווי 1,000 פֿון אירע תּלמידים שטאָטישע סטאַנדאַרדיזירטע עקזאַמענס אין לייענען און אין רעכענען (מאַטעמאַטיק).
יעדער תּלמיד וואָס האָט גענומען דעם עקזאַמען איז דורכגעפֿאַלן.
כּדי צו לייענען דעם גאַנצן ייִדישן אַרטיקל, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
