וואָסער שײַכות האָט דער פֿילאָסאָף זשאַק דערידאַ מיטן מקובל אַבולעפֿיה?What does the philosopher Jacques Derrida have in common with the kabbalist Abulafia?
אַבולעפֿיה ניצט דעם „נבֿיאיִשן‟ מעטאָד פֿונעם פֿרײַ אַסאָציִיִרן ווערטער און פֿראַזעס, וואָס אַנטהאַלטן די זעלבע אותיות אָדער גימטריאות.
ד״ר סנעלער זעט אַ פֿאַרבינדונג צווישן דעם מיטל־עלטערלעכן מקובל, מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע און דעם פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף, וואָס איז צום בעסטן באַקאַנט מיט זײַן ראַדיקאַלן פּראָיעקט פֿון „דעקאָנסטרוקציע‟.
Rico Sneller sees a connection between the medieval Jewish mystic, modern psychology and the French philosopher best known for his radical deconstruction project.
אין מײַן פֿאָריקן פֿאָרווערטס־אַרטיקל האָב איך געשריבן וועגן חסידות און דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע. ס׳איז פֿאַראַן אַן אַנדער וויכטיקער קוואַל, פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע: רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיה – אַ באַרימטער ספֿרדישער מקובל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט. אַ סך פֿון זײַנע ווערק קאָן מען אַראָפּלאָדן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אויף דער וועבזײַט “היברובוקס“.
נישט לאַנג צוריק האָב איך זיך באַטייליקט אין אַ מעדיטאַציע־קלאַס אויף דער אינטערנעץ, אָנגעפֿירט דורך דער הײַנטיקער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ישׂראלדיקער מקובלטע אסתר ביתוס. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמעריקאַנער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, וואָס זענען געוויינטלעך ראַציאָנאַליסטיש געשטימט, זענען צווישן די ישׂראלדיקע „מיזרחים‟ פֿאַראַן אַ סך קבלה־ליבהאָבער, אַרײַנגערעכנט אַ ריי פֿרויען. ביתוס פֿירט יעדע וואָך אַ שיעור, באַגרינדעט אויף אַבולעפֿיהס ווערק. נאָך דער פּראַקטישער מעדיטאַציע, האָבן די באַטייליקטע געשמועסט וועגן פּסיכאָאַנאַליז און דער מאָדערנער פֿילאָסאָפֿיע.
נישט צום ערשטן מאָל טרעף איך מענטשן, אַרײַנגערעכנט ערנסטע אַקאַדעמישע פֿאָרשער, פּסיכיאַטערס און פּסיכאָאַנאַליטיקער, וואָס אַסאָציִיִרן דעם אבולעפֿיה דווקא מיט זיגמונד פֿרויד און דעם פֿראַנצויזישן פֿילסאָסאָף זשאַק דערידאַ. די פֿאַרבינדונג צווישן פֿרוידן און דערידאַ איז גוט באַקאַנט, ווי מע זעט, למשל, אין דערידאַס בוך „דאָס פּאָסטקאַרטל: פֿון סאָקראַט ביז פֿרויד און ווײַטער‟.
וואָס שייך אַבולעפֿיה און דערידאַ, האָב איך זיך געווענדט צו ד״ר ריקאָ סנעלער, וואָס פֿאַרנעמט זיך שוין לאַנג מיט דער דאָזיקער טעמע. סנעלער פֿירט לעקציעס וועגן פֿילאָסאָפֿיע און עטיק אינעם לײַדען־אוניווערסיטעט, האָלאַנד. זײַן דאָקטאָראַט איז טאַקע געווען געווידמעט דערידאַ און דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע.
סנעלער האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז זײַן אינטערעס צו אַבולעפֿיה האָט זיך אָנגעהויבן, ווען ער האָט זיך באַקענט מיט די ווערק פֿונעם באַקאַנטן קבלה־פֿאָרשער ד״ר משה אידעל. אידעל האַלט בפֿירוש, אַז קבלה בכלל און אבולעפֿיה בפֿרט האָבן געווירקט אויף דערידאַן. אַ געבוירענער אין אַלזשיר און אַ דערצויגענער בײַ אַ ייִדישער משפּחה, האָט דער דאָזיקער פֿילאָסאָף זיכער געקאָנט וויסן וועגן קבלה.
סנעלערס צוגאַנג צו פּסיכאָלאָגיע שטימט מיט דער שיטה פֿון קאַרל יונג. סנעלער האַלט, אַז מע קאָן אָפּטײַטשן דערידאַס פֿילאָסאָפֿיע מיט דער הילף פֿון יונגס השערה, אַז אַחוץ דעם פּרינציפּ פֿון סיבות און עפֿעקטן פֿונקציאָנירט אינעם אוניווערס אויך דער פּרינציפּ פֿון סינכראָנישקייט – אַז די זאַכן, וואָס זעען אויס צופֿעליק און אומאָפּהענגיק, קאָנען זײַן פֿאָרט פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער.
אַבולעפֿיה האָט אָנגעשריבן צענדליקער ספֿרים. אָפֿטמאָל באַנוצט ער זיך מיטן „נבֿיאיִשן‟ מעטאָד פֿונעם פֿרײַ אַסאָציִיִרן ווערטער און פֿראַזעס, וואָס אַנטהאַלטן די זעלבע אותיות אָדער האָבן די זעלבע גימטריאות. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿרוידיאַנער פֿרײַע אַסאָציאַציעס, בלײַבן די ווערטער אין זײַנע „נבֿואות‟ פֿאַרבונדן איינס מיטן צווייטן, אָבער דורכן אומבאַוווּסטזיניקן אויסקלײַב פֿון אַ סך פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן. צום בײַשפּיל, ער האָט אַסאָציִירט זײַן אייגענעם נאָמען, אַבֿרהם, מיטן מיסטישן נאָמען רזיאל, צוליב דער זעלביקער גימטריא. די הײַנטיקע נאָכפֿאָלגער פֿונעם דאָזיקן מקובל פּרוּוון אויך אַרויסגיסן די טיפֿענישן פֿון זייערע נשמות דורך אַזעלכע האַלב־פֿרײַע אַסאָציאַציעס. די באַטייליקטע אינעם דערמאָנטן קלאַס גיבן איבער, אַז דאָס שאַפֿט אַ שטאַרקן פּסיכאָלאָגישן באַפֿרײַונג־עפֿעקט.
דערידאַ האָט אויסגענוצט אַן ענלעכן מעטאָד, וואָס ער האָט אָנגערופֿן „דעקאָנסטרוקציע“. פּשוט גערעדט, אויב אַנשטאָט דער טראַדיציאָנעלער אינטערפּרעטאַציע פֿון אַ טעקסט, „צערײַסט מען‟ אים לויט פֿרײַע אַסאָציאַציעס, אַפֿילו אויף באַזונדערע אותיות, ווי די קינסטלער־דאַדאַיִסטן פֿלעגן טאָן מיט די אימאַזשן, קאָן מען אַנטדעקן די טיפֿערע שיכטן, וואָס באַהאַלטן זיך אונטער דער מאַסקע פֿונעם „געוויינטלעכן באַטײַט‟. די שפּילערײַען מיטן טעקסט, וואָס דערידאַ לייגט פֿאָר, דערמאָנען אין די קבלהדיקע אותיות־מאַניפּולאַציעס.
סנעלערס עיקר־געביט פֿון פֿאָרשונגען זענען אויסערגעוויינטלעכע, פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען און זייער השפּעה אויף פֿילאָסאָפֿיע. הינטער די טרוקענע שׂכלדיקע פֿילאָסאָפֿישע רייד באַהאַלט זיך נישט זעלטן אַ מיסטיש איבערלעבעניש. באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען, לויט זײַן מיינונגען, די דײַטשישע פֿילאָסאָפֿן־ראָמאַנטיקער.
סנעלער האַלט, אַז ס׳איז כּדאַי זיך בעסער צוצוקוקן צו אבולעפֿיהס פֿאָקוס אויף מיסטישע מאַניפּולאַציעס מיט די אותיות. דאָס קען אונדז העלפֿן צו אַנטוויקלען אַ נײַעם צוגאַנג צו רוחניות באַגרינדעט אויף דערידאַ (הגם אויף דער אויבערפֿלאַך קלינגט ער ווי אַן אַגנאָסטיקער).
די פֿראַגע איז קאָמפּליצירט, נאָר אַלץ מער מענטשן באַמערקן, אַז צווישן דערידאַ, אַבולעפֿיה און קבלה בכלל איז דאָ אַ שײַכות. וועגן דעם שרײַבן אויך דער אַמעריקאַנער פּסיכאָלאָג ד״ר סענפֿאָרד דאָרב און דער קבלה־פֿאָרשער ד״ר עליאָט וואָלפֿסאָן. עס קאָן זײַן, אַז אַבולעפֿיהס ספֿרים, אָנגעשריבן מיט איבער 700 יאָר צוריק, וועלן אונדז העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין די טיפֿסטע קשיאות פֿון דער הײַנטיקער פֿילאָסאָפֿיע און פּסיכאָלאָגיע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO