ווידעאָ: אַ ליד וועגן צוויי מיידלעך וואָס פּרוּוון ראַטעווען איינע דער צווייטער פֿון די דײַטשןWATCH: A song about two Jewish girls who try to save each other from the Nazis
דאָס רירנדיקע ליד איז וועגן דעם לעצטן בריוו פֿון אַ ייִדיש מיידל, סאַבינאַ גאָלדמאַן, איידער מע האָט זי דערהרגעט.
ווי אַ טייל פֿונעם מוזיקאַלישן פּראָיעקט „שטילע טרערן‟, האָט אַ גרופּע מוזיקער – על־פּי־רובֿ קאַנאַדער – לעצטנס געשאַפֿן אַ נײַ ליד מיט אַ רירנדיקן ווידעאָ, געווידמעט אַ פּויליש־ייִדיש מיידל, סאַבינאַ גאָלדמאַן, וואָס האָט אָפּגעשיקט איר לעצטן בריוו צו איר חבֿרטע, מאָלי עפּלבוים, אַ וואָך איידער די נאַציס האָבן זי, סאַבינאַן, דערמאָרדעט.
סאַבינאַס חבֿרטע, מאָלי, האָט אָבער יאָ איבערגעלעבט דעם חורבן. צווישן מאַרץ 1942 און יאַנואַר 1945 האָט מאָלי געהאַלטן אַ טאָגבוך אויף פּויליש און אין 1948 האָט זי מיט איר משפּחה זיך באַזעצט אין קאַנאַדע. הײַנט וווינט זי אין טאָראָנטאָ.
אין 2016 איז מאָליס טאָגבוך פּובליקירט געוואָרן ווי אַ בוך אויף ענגליש, „באַגראָבענע ווערטער, אין וועלכער עס זענען אויך אַרײַן אירע שפּעטערדיקע זכרונות, אָנגעשריבן אין די 1990ער יאָרן.
די געשיכטע איז אַזאַ: דעם 11טן סעפּטעמבער 1942 האָט דאָס יונגע מיידל סאַבינאַ גאָלדמאַן אָנגעשריבן מאָלי עפּלבוים אַ בריוו, וווּ זי רופֿט איר חבֿרטע צו אַנטלויפֿן פֿונעם פּוילישן שטעטל דאָמברעווע (Dąbrowa Tarnowska) אָדער זיך ערגעץ אויסצובאַהאַלטן. מאָלי איז דעמאָלט געווען 12 יאָר אַלט. במשך פֿון צוויי יאָר האָט זי זיך געהאַט אויסגעבאַהאַלטן צוזאַמען מיט איר עלטערער קוזינע העלענאַ אין אַ הילצערנעם קאַסטן אונטער דער ערד, וואָס האָט זיך געפֿונען אויף אַ פֿאַרם. מאָלי האָט געהאָפֿט, אַז איר גוטע חבֿרטע סאַבינאַ וועט זיך אײַנגעבן אויך צו אַנטלויפֿן אין דער זעלבער פֿאַרם. סאַבינאַ, וועלכע האָט געגעבן מאָלי די עצה זיך צו ראַטעווען, האָט אָבער אַליין באַשלאָסן צו בלײַבן אין דער היים בײַ אירע קראַנקע טאַטע־מאַמע. די דײַטשן האָבן זי באַלד אומגעבראַכט צוזאַמען מיט דער משפּחה.
דער ישׂראלדיקער מוזיקער און אַקטיאָר אַלכּסנדר פֿיש האָט סאַבינאַס בריוו פּאָעטיש איבערגעזעצט אויף ייִדיש. אינעם ווידעאָ הערט מען פֿישעס ייִדישן טעקסט מיט מוזיק פֿונעם פּויליש־געבוירענעם ייִדישן פֿילדער אַרטור גאָלד (1897-1943) וועלכער איז אומגעקומען אין טרעבלינקע. שפּירנדיק שוין איר קומענדיקן טויט, דערמאָנט זיך סאַבינאַ אין איר בריוו וועגן דער שול, אין וועלכער זי און מאָלי האָבן זיך אַ מאָל געלערנט, און וועגן זייער באַליבטן פֿילם. „אָן קיין האָפֿענונג, אַ שטייגער ווי אַלטע לײַט; אָן קיין האָפֿענונג, ס׳איז פֿאַרבײַ שוין די צײַט”, – באַקלאָגט זי זיך. „די האָפֿענונג באַקומען האָט אָט־דעם טײַטש: דאָס לעבן – טפֿו – געהערט נישט אונדז, נאָר דעם דײַטש‟.
די איבערזעצונג האָט זיך באַקומען טאַקע אַ געראָטענע – בפֿרט ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז סײַ די יונגע מחברטע פֿונעם בריוו, סײַ דער מחבר פֿון דער אָריגינעלער מוזיק זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן.
עס זינגט אָלגאַ־אַבֿיגיל מיעלעשטשוק – אַ פֿרוי פֿון וואַרשע, וואָס וווינט איצט אין ישׂראל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor