וועלכע ייִדישע דיכטערינס זאָל מען פֿאַרבעטן ווי אושפּיזות?Which Yiddish women poets should be invited as Ushpizin?
דער מחבר האָט שוין פֿריִער דערקלערט אַז מע וואָלט געמעגט באַערן ייִדישע פּאָעטעסעס אין דער סוכּה. איצט גיט ער קאָנקרעטע בײַשפּילן.
אין מײַן פֿאָריקן פֿאָרווערטס־אַרטיקל האָב איך באַטראַכט די פֿראַגע פֿון „ייִדישיסטישע אושפּיזות‟, ווי אַ הוספֿה צום רעלאַטיוו נײַעם מינהג צו פֿאַרבעטן אין דער סוכּה, ווי סימבאָלישע געסט, די תּנ״כישע אמהות און נבֿיאות. ווי באַלד אַ טייל ייִדישיסטן רופֿן אַרײַן אין דער סוכּה מענדעלע און שלום־עליכמען, איז כּדאַי אויסצוקלײַבן אויך קאָנקרעטע ייִדישע מחברטעס פֿאַר אושפּיזות.
אין איינער אַ רעפֿאָרמער סינאַגאָגע האָט מען שוין מיט צוויי יאָר צוריק געשטעלט דעם טראָפּ דווקא אויף פּאָעזיע, וועל איך ממשיך זײַן דעם דאָזיקן געדאַנק. דערצו, דאַכט זיך מיר, אַז ייִדישע פּאָעטעסעס זענען טאַקע בעסער באַקאַנט, אין אַלגעמיין, ווי ייִדישע פּראָזע־שרײַבערינס.
בײַ די ליובאַוויטשער חסידים ווערט שמיני־עצרת אויך אַסאָציִיִרט מיט אַ מיסטישן גאַסט, שלמה המלך, און מיט בינה – אַ העכערע ספֿירה, וואָס האָט צו טאָן מיטן שׂכל, אין פֿאַרגלײַך מיט די, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן חג־הסוכּות (זיי זענען פֿאַרבונדן מיט עמאָציעס און מידות). אויב אַזוי, קענען מיר אויך באַטראַכטן די אַכטע אושפּיזת.
איך לייג בשום־אופֿן נישט פֿאָר צו שאַפֿן עפּעס אַ פֿיקסירטן „קאַנאָן‟ פֿון ייִדישע דיכטערינס, נאָר מע קאָן זאָגן, אַז קאַדיע מאָלאָדאָווסקי (1894–1975) רעפּרעזענירט די מידה פֿון חסד. רחמנות, וואַרעמקייט פֿון אַן עלטערער פֿרוי, וואָס גיט איבער די ייִדישע מסורה צום נײַעם דור, זענען אָפֿטע טעמעס אין אירע ווערק. איז לאָמיר זי „צושרײַבן‟ צום ערשטן טאָג סוכּות.
ציליע דראָפּקין (1887–1956) איז געווען אַ מין גבֿורהדיקע דיכטערין. די עראָטישע מאָטיוון פֿון אירע לידער ווערן כּסדר צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט די טעמעס פֿון כּעס, כּוח און גוואַלד. על־פּי קבלה ווערן די דאָזיקע מאָטיוון אַסאָציִיִרט מיט דער ספֿירת־הגבֿורה און ממילא מיטן צווייטן טאָג סוכּות.
תּפֿארת, די ספֿירה פֿון האַרמאָניע און שיינקייט, אַסאָציִיִרט מיטן ערשטן טאָג חול־המועד, שפּירט זיך אין די ווערק פֿון מלכּה חפֿץ־טוסמאַן (1893–1987). זי האָט ליב געהאַט איידעלע און פּרעכטיקע פּאָעטישע פֿאָרמעס, מעלאָדישע ווערטערשפּילן.
רחל קאָרן (1898–1982) קאָן מען אַסאָציִיִרט מיטן נצח – די ספֿירה, וואָס שטימט מיטן 2טן טאָג חול־המועד. איר פּאָעזיע איז דורכגעזאַפּט מיטן שטרעבן מנצח צו זײַן אַלע צרות, אויסצולעבן אין שווערע סיטואַציעס.
ראָזע יאַקובאָוויטש (1889–1942), אַ טאָכטער פֿון אַ רבֿ, האָט ליב געהאַט דעם פֿאָלקסטימלעכן סטיל. זי האָט כּסדר געשריבן וועגן פֿרויען־טעמעס, און בפֿרט די תּנ״כישע פֿרויען. זי באַקלאָגט זיך, אַז אין דער פֿרומער סבֿיבֿה פֿילט זיך די פֿרוי פֿאַרקלעמט, נאָר זי שטיצט פֿאָרט די אַלטע קאָנסערוואַטיווע ווערטן. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס שטימט מיט דער ספֿירה פֿון הוד (על־פּי קבלה, אָנערקענונג דאַנקבאַרקייט) און מיטן 3טן טאָג חול־המועד.
מרים אולינאָווער (1890–1944) האָט אין איר שרײַבן קאָמבינירט איר עכטע טיפֿע פֿרומקייט, תּחינות און צאינה־ראינה, מיט מאָדערנקייט. די טעמע פֿון שטענדיקער מיסטישער פֿאַרבינדונג מיטן רבונו־של־עולם שטימט מיט דער ספֿירת־היסוד און ממילא מיטן 4טן טאָג חול־המועד.
ווער איז צום מערסטן „מלכותדיק‟ צווישן די קלאַסישע ייִדישע דיכטערינס? שווער צו זאָגן. על־פּי קבלה, ווערט די ספֿירת־המלכות בכלל אַסאָציִיִרט מיט דער שכינה ווי דעם ווײַבלעכן אַספּעקט פֿון געטלעכקייט און מיט אַלע פֿרויען. גיט צו וועמען איר ווילט: למשל, אַנאַ מאַרגאָלין.
גאָר אַן אינטעלעקטועלע פּאָעטעסע, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן ווי „אַן אַכטע אושפּיזת‟, איז געווען דבֿורה פֿאָגעל (1902–1942). צווישן די באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטעסעס, איז זי געווען אַ זעלטענער בײַשפּיל פֿון אַ פֿרוי אַן אַקאַדעמיקער. איר דאָקטאָראַט, פֿאַרטיידיקט אין 1926, איז געווען געווידמעט דעם עסטעטישן אַספּעקט פֿון העגעלס פֿילאָסאָפֿיע. זי איז געווען אַ לערערין פֿון פּסיכאָלאָגיע און געשריבן אויך טיפֿע קריטישע אַרטיקלען אויף פּויליש, העברעיִש און שוועדיש. פֿאָגעלס קריטיקער האָבן געטענהט, אַז אירע לידער זענען צו טרוקן, אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַרן דורכשניטלעכן לייענער, אָנגעשריבן אַפֿילו אין אַ „מענערישן‟ סטיל.
ווי געזאָגט, לייג איך נישט פֿאָר קיין ערנסטן „קאַנאָן‟ פֿון אושפּיזות און איך באַטאָן נישט, אַז מײַנע קבלה־אַסאָציאָציעס זענען ריכטיק. פֿון דעסט וועגן, דאַכט זיך מיר, אַז אַזעלכע מחשבֿה־עקספּערימענטן קאָנען פֿאַרבינדן אויף פֿרוכטבאַרע אופֿנים דעם גײַסט פֿון די איצטיקע פֿאַרגייענדיקע יום־טובֿים מיט געדאַנקען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, דער פֿרויען־ראָלע אין איר, און מיטן חן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, וואָס קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ מין קאָסמישע אושפּיזת – אַ קוואַל פֿון שעפֿערישקייט און רוחניות.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor