Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די שטאָט פּעטערבורג אין דער ייִדישער ליטעראַטורThe Russian city of St. Petersburg in Yiddish literature

שלום אַש האָט קוים געקענט די שטאָט אָבער האָט, וווינענדיק אין ניו־יאָרק, איר געווידמעט אַזש דרײַ ראָמאַנען.

דעם 26סטן אָקטאָבער בין איך אויפֿגעטראָטן אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער מיט אַ לעקציע אויף ייִדיש וועגן דער שטאָט פּעטערבורג אין דער ייִדישער ליטעראַטור און ס׳איז טאַקע אינטערעסאַנט, וועל איך דערפֿאַר הײַנט ווידמען מײַן אַרטיקל דער טעמע.

צוויי ייִדישע קלאַסיקער, שלום־עליכם און שלום אַש, האָבן געשריבן וועגן דער שטאָט. אַ דאַנק דער ליטעראַרישער צײַטונג „יודישעס פֿאָלקס־בלאַט‟, וואָס אַלכּסנדר צעדערבוים האָט אָנגעהויבן אַרויסגעבן זינט 1881 אין פּעטערבורג, האָט שלום־עליכם פֿאַרשטאַנען, אַז אַנשטאָט דעם ריין־ליטעראַרישן לשון־קודש אָדער דער שׂפֿת־המדינה (רוסיש) דאַרף ער שרײַבן אויף דער גערעדטער שפּראַך פֿון די ייִדישע מאַסן. זײַן ערשטע דערציילונג אויף ייִדיש, „צוויי שטיינער‟, איז אַרויס אינעם „פֿאָלקס־בלאַט‟ אין 1883.

שלום־עליכם האָט גענוג גוט געקענט די שטאָט און ניט זעלטן דערמאָנט זי אין זײַנע ווערק. דער צווייטער קלאַסיקער, שלום אַש, האָט פּעטערבורג קוים געקענט, נאָר, וווינענדיק אַליין אין ניו־יאָרק, האָט ער איר געווידמעט אַזש דרײַ ראָמאַנען. אין 1913 איז אַרויס אַשס בוך „מערי‟ וועגן אַ ייִדיש מיידל מיטן נישט־ייִדישן נאָמען מערי (און דערצו אַ מאָדנעם פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן), וואָס פֿאָרט קיין פּעטערבורג. דעם אַמעריקאַנער לייענער איז, מעגלעך, מער באַקאַנט זײַן אַנדער ראָמאַן מיטן זעלביקן נאָמען, פּובליקירט אויף ענגליש אין 1949, וואָס איז געווידמעט דער מוטער פֿון יעזוס. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די ייִדיש־קריסטלעכע צווישן־רעליגיעזע טעמע שפּילט דאָרט שוין אַ וויכטיקע ראָלע, ווי דער שטייגער איז בכלל געווען בײַ אַשן.

אינעם זעלבן יאָר, 1913, האָט אַש פֿאַרעפֿנטלעכט דעם המשך צום ראָמאַן, „דער וועג צו זיך‟. שפּעטער, אין 1929, האָט ער זיך אומגעקערט צו דער פּעטערבורגער טעמע און פּובליקירט דעם ערשטן טייל פֿון זײַן טרילאָגיע „פֿאַרן מבול‟, וואָס הייסט פּשוט „פּעטערבורג‟. להיפּוך צו שלום־עליכמס פּשוטע העלדן, שילדערט אַש אויף אַ כּמעט גראָטעסקן, גוזמאדיקן אופֿן, דאָס לוקסוס־לעבן פֿון רײַכע, כּמו־אַריסטאָקראַטישע פּעטערבורגער ייִדישע עשירים.

ווי געזאָגט, האָט אַש קוים געקענט די שטאָט. דאָס איז נישט דער איינציקער פֿאַל אַזאַ. פֿון 1914 ביז 1924 האָט פּעטערבורג געהייסן פּעטראָגראַד. אין 1927 איז אין ניו־יאָרק אַרויס אַהרן לעבעדעפֿס אָפּערערטע, „אַ נאַכט אין קאַליפֿאָרניע‟, וווּ ער זינגט דאָס ליד „פּעטראָגראַד‟. ווען מע הערט זיך צו די ווערטער, דאַכט זיך, אַז אַן עכטער פּעטערבורגער ייִד האָט זיי אָנגעשריבן: „נאָך פּעטראָגראַד, ווי עס הייסט יעצט לענינגראַד, ווי שטאָלץ און ווי שיין זע איך יעצט דיך שטיין, די שענסטע פֿאַנטאַזיע, וואָס איך האָב אַמאָל געהאַט – ביסטו דאָך מײַן שיין פּעטראָגראַד‟.

ווײַזט אָבער אויס, אַז דאָס ליד איז טאַקע אַ פֿאַנטאַזיע. אַהרן לעבעדעף איז געווען אַ ליטוואַק, וועלכער האָט זיך אויף דער סצענע כּסדר פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ רומעניער. רומענישע ייִדן האָבן דעמאָלט געהאַט די רעפּוטאַציע פֿון אַ מין ראָמאַנטישע „ייִדישע ציגײַנער‟. די ווערטער האָט אָנגעשריבן יעקבֿ דזשייקאָבס, טאַקע אַ רומענישער, און די מוזיק – דער פּוילישער ייִד אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי. צי האָבן זיי, אַרײַנגערעכנט לעבעדעף, כאָטש איין מאָל באַזוכט פּעטערבורג־פּעטראָגראַד־לענינגראַד? מיר האָט זיך נישט אײַנגעגעבן דאָס צו באַשטעטיקן. אַגבֿ, זענען זיי טאַקע געווען אין קאַליפֿאָרניע? אויך אַ גוטע קשיא. אַ שעפֿערישער מענטש קאָן איבערלייענען אַ פּאָר ביכער אָדער אויסהערן גענוג מעשׂיות וועגן עפּעס אַן אָרט און זיך גאַנץ רעאַליסטיש פֿאָרשטעלן, אַז ער איז דאָרט אין דער אמתן געווען.

דער העברעיִשער און ייִדישער פּאָעט יהודה־לייב גאָרדאָן (1831 –1892) האָט אָבער יאָ אָנגעשריבן זײַנע ייִדישע לידער אין פּעטערבורג – אַ שטאָט, וווּ אין יענער צײַט האָבן ייִדן, אַחוץ געוויסע חשובֿע קאַטעראָגיעס, נישט געטאָרט געזעצלעך וווינען בכלל. אַ פֿאַרביסענער משׂכּיל, האָט ער זיך אַגבֿ זייער נעגאַטיוו אָפּגערופֿן וועגן ייִדיש אין אַ בריוו צו שלום־עליכמען. באַקאַנט איז ער, דער עיקר, צווישן די אָבֿות פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעזיע. פֿון דעסט וועגן, איז אין 1886, אין וואַרשע, אַרויס זײַן פּאָעטישע זאַמלונג „שׂיחות־חולין‟ אויף ייִדיש, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ לויב־געזאַנג צו זײַן מאַמע־לשון (דער דיאַלעקט איז אַ בולטער ליטווישער): „מיר איז הייליק דער לשון פֿון ׳צאינה־וראינה׳, דער לשון, וואָס אַלע ייִדן ריידן‟.

עס קאָן זײַן, אַז דאָס איז בכלל דער ערשטער פֿאַל פֿון אַזאַ כּמו־ייִדישיסטישער פּאָעזיע. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז גאָרדאָנס ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט די היימישע שבֿחים לטובֿת ייִדיש, קלינגען ווי אַן אַלטע געגראַמטע הקדמה צו אַ ספֿר מיט עבֿרי־טײַטש.

וואָס שייך פּאָעזיע ווערט פּעטערבורג געשילדערט דורך אַ גאַנצע ריי ייִדישע פּאָעטן. שמעון־שמואל פֿרוג; די סאָוועטישע פּאָעטעסע חנה (אַניוטאַ) פּיאַטיראָגסקע און דער הײַנטיקער פּעטערבורגער דיכטער ישׂראל נעקראַסאָוו. בײַ פֿרוגן איז עס נישט אַזוי בולט, נאָר ווען מע לייענט איבער זײַנע לידער, וווּ ער שילדערט, צום בײַשפּיל, דעם פֿרילינג ווי אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַלן ווידערגעבורט, דאַרף מען אין זינען האָבן, אַז ער האָט געוווינט אין פּעטערבורג.

אַ היפּוכדיקער פֿאַל איז דאָס ליד „ווײַסע נעכט‟ פֿון מאָטל גרוּוומאַן, וואָס ענדיקט זיך מיט די ווערטער „איך בין אַ לענינגראַדער‟. אין דער אמתן, איז דער מחבר געווען אַ סאָוועטישער מיליטערישער אָפֿיציר, וועלכער האָט נאָכן דינען אין מיליטער, זײַענדיק שוין אַ פּענסיאָנער, געוווינט אין נאָווגאָראָד  –  בערך 100 מײַל פֿון פּעטערבורג (לענינגראַד). הגם ער האָט גוט געקענט לענינגראַד, איז ער קיין לענינגראַדער נישט געווען.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.