Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טשיקאַוועסן: אויטיסטישער סאָלדאַט ווערט „אל־על“-סטואַרד אויף אַ טאָג • דרײַ פּאָרפֿעלקער פֿון אוקראַיִנע שטעלן אַ חופּהTidbits: Autistic soldier is El Al flight attendant for a day • Three couples get a Jewish wedding

די איניציאַטיוו איז טייל פֿון אַ פּראָגראַם צו העלפֿן סאָלדאַטן מיט אַ מום זיך בעסער אַרײַנפּאַסן אין צה״ל און אין דער געזעלשאַפֿט בכלל.

Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!

If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.

Listen to the report here:

הערט דעם באַריכט אויף אוידיאָ דאָ:

https://forward.com/wp-content/uploads/2023/03/New-Recording-61.m4a?_=1

 

אידן (אידאַן) פֿישסלעוויטש, אַ 22־יאָריקער אויטיסטישער בחור אין ישׂראל, האָט לעצטנס רעאַליזירט אַ לעבן־לאַנגן חלום: ער האָט געדינט ווי אַ סטואַרד אין אַן עראָפּלאַן.

במשך פֿון פֿיר שעה איז פֿישסלעוויטש געווען טייל פֿון דער סטואַרד־מאַנשאַפֿט אין אַן „אל־על“־עראָפּלאַן, פֿאָרנדיק פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין רוים. די איניציאַטיוו איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורכן „קרן קימת“ בשותּפֿות מיט דער לופֿטליניע „אל־על“, ווי אַ טייל פֿון אַ פּראָגראַם צו העלפֿן סאָלדאַטן מיט אַ מום זיך בעסער אַרײַנפּאַסן אין צה״ל און נאָך דעם — אין דער געזעלשאַפֿט בכלל.

צוליב די פֿלי־געזעצן איז פֿישסלעווישט טעכניש באַצייכנט געוואָרן ווי אַ פּאַסאַזשיר. אים האָט אַ פּנים נישט געאַרט. ער האָט מיט חשק געפּרוּווט צופֿרידנצושטעלן די פּאַסאַשירן און ענטפֿערן אויף זייערע פֿראַגעס. נאָך דעם וואָס דער עראָפּלאַן האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין רוים איז איין פּאַסאַזשיר צוגעקומען צו פֿישסלעוויטש און אים באַדאַנקט, און געזאָגט: „דאָס איז געווען דער בעסטער פֿלי וואָס כ’האָב ווען אַ מאָל געהאַט.“

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.

To read the news in English, click here.

 •

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן דרײַ אוקראַיִנע־געבוירענע פּאָרפֿעלקער אין באָסטאָן געשטעלט אַ חופּה, כאָטש אַלע זענען שוין פֿון לאַנג געווען מאַן־און־ווײַב.

די פֿײַערונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך אַ באָסטאָנער חב״ד־אָרגאַניזאַציע וואָס באַדינט ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די דרײַ פּאָרפֿעלקער האָבן טאַקע קיין מאָל נישט געשטעלט קיין חופּה ווײַל רעליגיעזע צערעמאָניעס זענען געווען פֿאַרווערט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

איינע פֿון די „כּלות“ איז געווען אלישבֿע פֿורמאַן, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט איר מאַן פֿישל אין אַ ציווילער צערעמאָניע מיט 50 יאָר צוריק. „יאָרן לאַנג האָב איך דאָס געוואָלט,“ האָט זי געזאָגט.

די חתונות זענען אָבער נישט בלויז געווען לטובֿת די דרײַ פּאָרפֿעלקער. ס׳איז אויך געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט פֿאַר אָרטיקע רבנים־סטודענטן צו פּראַקטיצירן ווי צו זײַן אַ מסדר־קידושין.

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.

To read the news in English, click here.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

Exit mobile version