ווידעאָ: די אַקטריסע שורה גרינהויז־טורקאָוו ע״ה באַשרײַבט דעם ייִדישן טעאַטער אין פּוילן נאָכן חורבןVIDEO: The late actress Shura Grinhoyz-Turkow describes the Yiddish theater in postwar Poland
זי דערציילט ווי זי מיט איר מאַן האָבן פֿאַרוואַנדלט דאָס הויז פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם שרײַבער שלום אַש אין בת־ים, ישׂראל אין אַ וויזיט־צענטער

Photo by the Yiddish Book Center
מיט דרײַ יאָר צוריק איז אַוועק פֿון דער וועלט די באַקאַנטע ייִדישע וואָרט־קינסטלערין און קולטור־טוער שורה גרינהויז־טורקאָוו צו 96 יאָר.
אין אַן אינטערוויו וואָס דער ייִדישער ביכער־צענטער האָט מיט איר געמאַכט אין 2016 דערוויסט מען זיך גאָר אַ סך וועגן איר לעבן און איבערגעגעבנקייט צום ייִדישן וואָרט. אירע ערשטע אויפֿטריטן אין טעאַטער האָט זי געמאַכט אין איר היימשטאָט ביאַליסטאָק.
ווײַטער דערציילט זי וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין ווראָצלעוו נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה; אירע אײַנדרוקן פֿון דער גרויסער ייִדישער אַקטריסע אידאַ קאַמינסקאַ אין וואַרשע, און איר אומגעריכטער הצלחה שפּעטער ווי אַן אַקטריסע אין תּל־אָבֿיבֿ.
איינער פֿון די רירנדיקסטע מאָמענטן אינעם אינטערוויו איז ווען זי דערציילט ווי אַזוי זי מיט איר מאַן האָבן פֿאַרוואַנדלט דאָס הויז פֿונעם פאַרשטאָרבענעם ייִדישן שרײַבער שלום אש אין בת־ים אין אַ וויזיט־צענטער, ביבליאָטעק און מוזיי — און וואָס ס׳איז דערפֿון געוואָרן נאָך דעם ווי דער בירגערמײַסטער פֿון בת־ים איז אַוועק.
צו זען דעם אינטערעסאַנטן אינטערוויוק גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
