Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ באַליבטע ייִדישע ביכערקראָם אין ווין שליסט זיךA cherished Jewish bookstore in Vienna has closed

אַן אָרטיקער היסטאָריקער האָט געזאָגט אַז די קראָם האָט געדינט ווי אַן אומאָפֿיציעלער קהילה־צענטער פֿאַר װינער ייִדן

די אײנציקע זעלבשטענדיקע ייִדישע ביכערקראָם אין ווין האָט זיך פֿאַרמאַכט. אַזױ אַרום פֿאַרלירט די װעלטלעכע ליטעראַטור אױף ייִדיש איר אײגן װינקעלע, איר הײמפּלאַץ אין דער עסטרײַכישער הויפּטשטאָט.

די ווינער בוכהענדלערין דאָראָטי זינגער האָט געעפֿנט די ביכערקראָם אױפֿן ראָבנשטײַג אין 2018. פֿאַר דעם האָט דאָרלי, װי חבֿרים רופֿן זי, אין משך פֿון 24 יאָר אָנגעפֿירט מיט אַ ביכערקראָם בײַם װינער ייִדישן מוזײ. װען דער מוזײ האָט באַשלאָסן אַז מע װיל שױן האָבן אַן אַנדער מין מוזײיִשע קראָם, האָט זיך זינגער איבערגעקליבן אױפֿן ראָבנשטײַג, אין אַ היסטאָרישן בנין פֿון דער ייִדישער קהילה, בשכנות מיטן שטאָטטעמפּל.

די נשמה פֿון דער קראָם איז טאַקע געווען דאָרלי זינגער אַלײן. ס׳האָט זיך געשפּירט אַז זי האָט פֿאַרגעניגן פֿונעם קאָנטאַקט מיט די קונים, אַז זי איז איבערגעגעבן דער אַרבעט בלבֿ־ונפֿש. װען מען איז אַרײַן אין קראָם, האָט זי אָדער געשמועסט מיט אַ חבֿר בײַ אַ טעפּל קאַװע אָדער געשטאַנען רײכערנדיק בײַ דער טיר — אױב זי איז ניט געװען פֿאַרנומען מיטן פֿאַרקױף. טאָמאַס סאָקסבערגער, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און אַלײן אַ שרײַבער, דערמאָנט זיך אַז פֿון דאַנען איז מען אַרױס „ניט נאָר מיט אַ בוך, נאָר אַ מאָל אויך מיט אַ שטיקל נײַעס, אַ טשיקאַוועס, און אַ מאָל אַפֿילו אַן עצה.“

צווישן די יאָרן 1903 און 1938 איז דאָ שױן אַ מאָל געװען אַ ייִדישע ביכערקראָם. דאָס האַנדלען מיט ייִדישע ביכער בכלל — און אױף דעם אָרט בפֿרט — איז פֿאַר זינגער אַ סימן אַז מיר ייִדן לעבן און שאַפֿן אױף צו־להכעיס אַלע שׂונאים. זי אַליין שטאַמט פֿון אַ װינער ייִדישער משפּחה. בעת דער מלחמה האָבן די דײַטשן דעפּאָרטירט טײל פֿון אירע קרובֿים און זײ אױסגערצחנט אין מאַלי־טראָסטיניעץ לעבן מינסק, בעלאַרוס.

אַ קײַמא־לן פֿון 42 יאָר האָט זינגער אָפּגעגעבן דעם ביכער־האַנדל. איצט, האָט זי באַשלאָסן, איז אָבער שױן צײַט פֿאַרן אָפּרוען זיך אַ ביסל. לכל־הפּחות מיטן פֿאַרקױף װיל זי זיך מער ניט פֿאַרנעמען. זי װעט טאַקע װידער אַ מאָל אָנפֿירן מיט אַ ביכערקראָם אינעם ייִדישן מוזײ. אָבער דאָס מאָל װעט זי זיך שױן בלױז אָפּגעבן מיט די געשעפֿטלעכע ענינים און מער ניט שטײן אין קראָם. פֿון דעסטװעגן איז איר װיכטיק אַז דװקא איצט גײט זי װײַטער אָן מיט איר בוכהענדלערשער שליחות.

מיטן שליסן די ביכערקראָם אױפֿן ראָבנשטײַג איז אַװעק אַן אמתע אינסטיטוציע. דער היסטאָריקער מײַקל מילער, פּראָפֿעסאָר בײַם צענטראַל־אײראָפּעיִשן אוניװערסיטעט, האָט באַצייכנט די קראָם ווי אַן „אומאָפֿיציעלן קהילה־צענטער פֿאַר װינער ייִדן“. אײנער איז אַרײַן אין קראָם צו קױפֿן אַ בוך, אַ צװײטער — צו כאַפּן אַ שמועס. „דאָרלי האָט זיך אַלע מאָל באַמיט צו באַקענען אײנעם מיטן צװײטן,“ האָט מילער געזאָגט. „זי האָט מיך באַקענט מיט שרײַבער, היסטאָריקער, רבנים און כּל־מיני טשיקאַװע פּאַרשױנען.“

די ביכערקראָם אױפֿן ראָבנשטײַג איז געװען גרעסער װי יענע אין מוזײ. זי האָט אױך אַרײַנגענומען אַ קלײנעם כּשרן קאַפֿע און אַ זאַל פֿאַר קולטורעלע אונטערנעמונגען. אין אָט דעם זאַל האָט מילער, למשל, פֿון צײַט צו צײַט אָפּגעהאַלטן זײַנע קורסן און אײַנגעאָרדנט לעקציעס פֿון גאַסט־דאָצענטן. „ס׳איז געװען מער װי בלױז אַ קראָם, און ס׳װעט אונדז שטאַרק פֿעלן“, האָט ער געזאָגט.

אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג אויף ייִדיש אין דער ביכערקראָם דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער Photo by Dorothea Schaffernicht

אינעם זעלביקן בנין װאָס די קראָם געפֿינט זיך דער װינער װיזענטאַל־אינסטיטוט פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג. אָפֿט מאָל האָט אױך דער װיזענטאַל־אינסטיטוט דאָ אײַנגעסדרט װיסנשאַפֿטלעכע רעפֿעראַטן אָדער אױטאָרן־אָװנטן. סטיװן נאַראָן, אַ מיטאַרבעטער בײַם װיזענטאַל־אינסטיטוט און דער דירעקטאָר פֿונעם פֿאָרטונאָװ־אַרכיװ, דערמאָנט זיך אַז ער האָט בײַ דאָרלי זינגער אין קראָם געקױפֿט אַ מזוזה, װען ער איז אָנגעקומען אין װין מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. „אַ שאָד װאָס די קראָם װעט מער ניט זײַן! ס׳איז ניט נאָר געװען אַן אָרט פֿאַר האַנדל, נאָר אױך אַ ביסל װי אַ שטעטלשער מאַרק, אַן אָרט װוּ מע טרעפֿט זיך — בײַ אַ ייִדישן לײענקרײַז צי אױף אַ לעקציע.“

פֿאַר ייִדיש האָט זינגער אַלע מאָל געעפֿנט אירע טױערן. אַחוץ ייִדישער ליטעראַטור אױף דײַטש און ענגליש, סידורים, געצײלטע ספֿרים און תּשמישי־קדושה, האָט מען אױף די פּאָליצעס אױך געקענט געפֿינען עטלעכע ביכער אױף ייִדיש. צװישן זײ זײַנען געװען װערק פֿון הײַנטצײַטיקע מחברים, װי בערל קאָטלערמאַן און באָריס סאַנדלער.

די־אָ צװײ שרײַבער האָבן אין דער קראָם אױך פֿאָרגעשטעלט זײערע ביכער. פֿאַר אַ יאָרן איז קאָטלערמאַן דאָ געװען כּדי צו לײענען פֿון זײַן נײַ ביכל דערצײלונגען, „סאַמאָיעד“, אין אײנעם מיט טאָמאַס סאָקסבערגער. סאָקסבערגער האָט, צװישן אַנדערן, איבערגעזעצט אױף דײַטש קאָטלערמאַנס נאָװעלע „קױדערװעלש“.

בײַ אַן אָװנט לכּבֿוד דער דײַטשישער איבערזעצונג פֿון סאַנדלערס פּראָזע־זאַמלונג „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקװאָיאַזש“ האָט די איבערזעצערין אַנדרעאַ פֿידערמוץ מיט אַן אמתדיקן שױשפּילערישן טאַלאַנט פֿאָרגעלײענט די דײַטשישע איבערזעצונג, בעת סאַנדלער, װאָס איז בײַגעװען דורך זום, האָט געלײענט אויסצוגן אױף ייִדיש.

אױך אַ ייִדיש־לײענקרײַז פֿלעג זיך צונױפֿקומען אין זינגערס ביכער־קאַפֿע. בײַ אַ טעפּל קאַװע אָדער אַ גלאָז װײַן האָט אַ רעדל ייִדיש־ליבהאָבער איבערגעלײענט מעשׂיות פֿון שלום־עליכם און בער האָראָװיץ, אַ קאַפּיטל פֿונעם נסתּרס „משפּחה מאַשבער“, משה נאַדירס הומאָריסטישע סקיצן װי אױך פּאָעזיע.

דער הױכפּונקט פֿון דער הײַיראָריקער ייִדישער קולטור־פּראָגראַם איז מסתּמא געװען אַן אָװנט פֿון הײַנטצײַטיקער שאַפֿונג אױף ייִדיש א״נ „פֿרישע קאַװע“. דעם 8טן אױגוסט האָט מען דערלאַנגט „פֿריש אָפּגעקאָכטע“ פּאָעזיע, מוזיק און אַפֿילו אַ דראַמע. בעתן הײסן חודש אױגוסט פֿאַלט די שטאָט געװײנטלעך אַרײַן אין אַ דרעמל, מע פֿאָרט אַרױס אין די בערג אַרײַן, למשל. די „פֿרישע קאַװע“ האָט פֿון דעסטװעגן צוגעצױגן אַ נישקשהדיקן עולם.

סאָקסבערגער האָט פֿאָרגעלײענט צװײ אײגענע לידער — די באַלאַדע „ראָבינסאָנס קאָשמאַר“ און אַן איבערדיכטונג פֿון קאָנסטאַנטינאָס קאַװאַפֿיסעס נײַגריכישער פּאָעמע „די שטאָט“, װאָס מע האָט ערשט פֿון ס׳נײַ אַרױסגעגעבן אינעם באַנד „בלאָנדזשעניש“. די װינער מוזיקערין איזאַבעל פֿרײַ האָט געזונגען שאַפֿונגען פֿון ייִדישע דיכטערינס, בתוכם ציליע דראַפּקינס לידער „די מאָסקיטע“ און „װײַס װי דער שנײ“. פֿרײַס גיטאַרע האָט בעת־מעשׂה טאַקע געזשומעט װי דראַפּקינס „קלײנינקע מאָסקיטע“. דאָס ביטער־אָפּלאַכערישע „װײַס װי דער שנײ“ דערמאָנט די אַלפּן — אַ זעלטנקײט אין דער ייִדישער פּאָעזיע — און קלינגט טײל מאָל װי אַ װינער װאַלס. אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, איז אױפֿגעטראָטן אַ ספּעציעלער גאַסט פֿון ניו־יאָרק, דער ייִדישער טעאַטער־מענטש מיכל יאַשינסקי. מע האָט אױפֿגעפֿירט אַ דראַמאַטישע לייענונג פֿון זײַן האָמאָ־עראָטישן אײנאַקטער „װאָס פֿליסט דורכן אָדר“. אַחוץ די דערמאָנטע האָט אױך די צירכער ייִדישיסטקע שׂרה קיריטעסקו מיט אַני־הקטן געשפּילט ראָליעס אין דער פּיעסע.

אָן זינגערס װוּנדערלעכער קראָם איז מער ניטאָ אין װין אַזאַ אָרט פֿאַר ליטעראַטור אױף ייִדיש, דערצו אין סאַמע צענטער שטאָט. דאָ האָט טאַקע געשפּרודלט די הײַנטצײַטיקע שאַפֿונג אױף ייִדיש. צום גליק שפּילט מען ייִדישע מוזיק אין כּל־מיני לאָקאַלן איבער דער שטאָט און ס׳פֿעלן ניט קײן ערטער פֿאַר דער ברײטערער ייִדישער קולטור. דאָ ניט לאַנג איז אױך צוגעקומען אַ נײַ אָרט, „יונג ייִדיש װין“, אינעם צװײטן באַצירק, אין האַרצן פֿון דער ייִדישער (און דער חסידישער) װױנגעגנט. אם־ירצה־השם, װעט מען אױף להבא דאָרט קענען אײַנאָרדענען ייִדישע קולטור־אָװנט און אַנדערע אַזעלכע אונטערנעמונגען.

פֿאָרט װעט זינגערס ביכערקראָם שױן ניט האָבן איר גלײַכן. ראשית־כּל האָט מען דאָרט געהאַנדלט מיט ייִדישער ליטעראַטור, והשנית, איז עס געװען אַן אָרט מיט אַ נשמה.

„קיין סך אַזעלכע ערטער זייַנען ניטאָ,“ האָט סאָקסבערגער מיט חרטה באַמערקט. „מען דאַרף זיי טאַקע אָפּשאַצן כּל־זמן זיי זײַנען דאָ.“

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.