Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„פֿאַר וואָס צעשטערט אײַער רעגירונג מדינת-ישראל?““Why is your government ruining the State of Israel?”

ראַבינערין דזשיל דזשייקאָבס האָט זיך געטראָפֿן מיטן נײַעם ישׂראלדיקן גענעראַל־קאָנסול און אים געשטעלט עטלעכע האַרבע קשיאות.

די תּרועה, דער הויכער שאַל פֿונעם שופֿר, ווערט געוויינטלעך אַסאָצייִרט מיט ראָש-השנה און יום-כּיפּור. לויט דער אָרגאַניזאַציע „תּרועה: דער רבנישער רוף פֿאַר מענטשן רעכט“, האָט זי אָבער אויך אַן אַנדער ציל. ווי עס שטייט אויף איר וועבזײַט: „זי וועקט אונדז אויף און פֿאָדערט מיר זאָלן באַטראַכטן אונדזער אַמאָליקע אויפֿפֿירונג, און רופֿט אונדז צו אַ טווּנג.“ טאַקע דערפֿאַר האָט די אָרגאַניזאַציע אויסגעקליבן אַזאַ נאָמען. איר מיסיע איז צו באַפֿולמאַכטיקן רבנים און חזנים צו דינען ווי פֿירער פֿון ייִדישע קהילות אין פּראָטעזשירן דעמאָקראַטיע און מענטשנרעכט פֿאַר אַלע מענטשן אין צפֿון-אַמעריקע, ישׂראל און די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים.

בראָש פֿון „תּרועה“ שטייט שוין דרײַצן יאָר די ראַבינערין דזשיל דזשייקאָבס. די סמיכה האָט זי געקראָגן פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו-יאָרק, וווּ זי וווינט מיט איר מאַן, ראַבינער גײַ אָסטריאַן, און צוויי טעכטער. אָנגעשריבן האָט זי שוין צוויי ביכער, „וווּ גערעכטיקייט וווינט: אַ פּראַקטישער וועגווײַזער צו טאָן סאָציאַלע גערעכטיקייט אין דײַן ייִדישער קהילה“ (2011), און „עס וועלן קיין נויט-באַדערפֿטיקטע נישט זײַן: דאָס זוכן סאָציאַלע גערעכטיקייט דורך הלכה און מינהג“ (2010). ס׳איז קלאָר פֿון אָט די טיטלען אַז דער קאַמף לטובֿת אַ פּראָגרעסיוון מין ייִדישקייט שטייט אין צענטער פֿון איר טעטיקייט.

אין אַפּריל האָט „תּרועה“ פֿאַרשפּרייט אַ בריוו צו דער ישׂראלדיקער רעגירונג, מיט טויזנטער חתימות פֿון צפֿון-אַמעריקאַנער ייִדן. דער בריוו בעט בײַ דער ממשלה אַז זי זאָל וואָס גיכער דערגרייכן אַן אָפּמאַך כּדי אַהיימצוברענגען די פֿאַרכאַפּטע און ענדיקן די מלחמה. „מיר שטייען אויף דער זײַט פֿון די ערבֿניקעס׳ משפּחות, וועלכע פּראָטעסטירן שוין חדשים לאַנג אויף די גאַסן אין ישראל,“ דערקלערן זיי אינעם בריוו. „מיר שטייען אין סאָלידאַריטעט מיט די משפּחות און האַלטן מיט זיי, אַז די ערשטע פּריאָריטעט מוז זײַן פּדיון-שבֿויים, ראַטעווען דאָס לעבן פֿון זייערע קרובֿים, אַנשטאָט דורכפֿירן אַטאַקן ווי יענער אין ראַפֿאַ“ — אַ זאַך וואָס האָט דערפֿירט צו טראַגישע (און נישט־אומגעריכטע) קאָנסעקווענצן. די רשימה אונטערגעשריבענע רעכנט אַרײַן מער ווי 200 רבנים, 30 חזנים און 260 דאָקטוירים.

דזשייקאָבס האָט לעצטנס אָנטייל גענומען אין אַ פּריוואַטער טרעפֿונג פֿון צפֿון-אַמעריקאַנער רבנים מיט אופֿיר אַקוניס, דעם נײַעם ישׂראלדיקן קאָנסול אין ניו-יאָרק. אויף דער טרעפֿונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער „סטיווען ווײַז פֿרײַער סינאַגאָגע“ אין מאַנהעטן, האָט דזשייקאָבס העפֿלעך באַגריסט אַקוניסן אָבער דערנאָך אים געשטעלט אַ צאָל האַרבע פֿראַגעס, וואָס מען קאָן הערן אויף דער רעקאָרדירונג:

„…מיר האָבן געזען די אַטאַקעס קעגן די הילף-קאָנווויען (פֿון שפּײַז און מעדיקאַמענטן) וואָס זענען לגמרי אַ חילול-השם… ווען איך בין געווען אין ישׂראל מיט אַ וואָך צוריק האָב איך געהאַט דעם זכות צו שטיין אויף דעם איילון-שאָסײַ און בלאָקירן דעם שאָסיי אין איינעם מיט טויזנטער ישׂראלים, אָנגעפֿירט דורך עינבֿ צאַנגאַוקער — אַ געוועזענער שטיצערין פֿון דער ליכּוד־פּאַרטיי, וואָס דינט הײַנט ווי דאָס קול פֿון די ערבֿניקעס׳ משפּחות. [עינבֿ] איז אויפֿגעשטאַנען אויף אַן אויטאָ מיט אַ מעגאַפֿאָן זאָגנדיק: ׳רײַסט זיך ניט אַרײַן אין ראַפֿיאַך! ענדיקט די מלחמה! ברענגט די געפֿאַנגענע אַהיים!׳ וויל איך אײַך שטעלן די זעלבע פֿראַגע וואָס די ישׂראלים אויף די גאַסן פֿרעגן: „פֿאַר וואָס צעשטערט אײַער רעגירונג מדינת-ישראל? אָט דאָס לאָזט מיך נישט שלאָפֿן בײַ נאַכט.“

ווײַטער האָט דזשייקאָבס געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס בלײַבט די רעגירונג — וואָס האָט אומאַחריותדיק דערמעגלעכט די אַכזריות-אַקטן פֿון דעם 7טן אָקטאָבער —בײַ דער מאַכט, ווען ס׳רובֿ ישׂראלים ווילן בעסער אַ הסכּם אומצוקערן די ערבֿניקעס און ווילן פּטור ווערן אי פֿון דער רעגירונג, אי פֿון נתּניהון? און איך חידוש זיך למאַי איר הערט זיך ניט צו צו די ערבֿניקעס׳ משפּחות, וואָס רופֿן מקיים צו זײַן די הלכה פֿון פּדיון-שבֿויים העכער ווי אַלע אַנדערע ווערטן?“

נאָך די שאַרפֿע ווערטער האָט דזשייקאָבס דערלאַנגט אַקוניסן דעם אויבן דערמאָנטן בריוו. ווי אַזוי האָט דער נײַער קאָנסול געענטפֿערט אויף די שווערע קשיאות? נישט קיין פּיפּס. נו, וואָס קען מען דערוואַרטן פֿון איינעם וואָס האָט נאָר מיט אַ פּאָר חדשים צוריק געדינט ווי דער מיניסטער פֿון „חידושים, וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע“ אין ביביס רעגירונג? קיין אינאָוואַציעס, קיין וויסנשאַפֿט, און קיין טעכנאָלאָגיע זענען דערווײַל נישט בנימצא, וואָס זאָל קענען ראַטעווען ישראל פֿון דער טיפֿער בלאָטע אין וועלכער זי איז אַרײַן. ס׳איז איצט קלאָר, אַז כּדי אָפּצוהאַלטן דאָס שפֿיכת-הדמים און צוריקצוברענגען די געפֿאַנגענע, מוז ישׂראל וואָס גיכער דערווײלן אַ נײַע רעגירונג.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.