טשיקאַוועסן: נײַע אַמעריקאַנער פּאָסטמאַרקע באַערט אלי וויזעלTidbits: New US Postal Service stamp honors Elie Wiesel
וויזעל איז דער 18טער מענטש צו פֿיגורירן אינעם פּאָסטדינסטס רשימה פֿון חשובֿע אַמעריקאַנער פֿיגורן.

Photo by USPS
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
דאָס אַמעריקאַנער פּאָסטדינסט האָט לעצטנס געמאָלדן אַז עס וועט אַרויסגעבן אַ נײַע סעריע מאַרקעס, וואָס גיבן אָפּ כּבֿוד דעם געווינער פֿונעם נאָבעל שלום־פּריז און לעבן געבליבענעם פֿון חורבן , אלי וויזעל.
וויזעל, וואָס איז געשטאָרבן אין 2016 צו 87 יאָר, איז דער אַכצנטער מענטש צו פֿיגורירן אינעם פּאָסטדינסטס רשימה פֿון חשובֿע אַמעריקאַנער פֿיגורן.
ווי אַ יונגערמאַן איז וויזעל פֿאַרשיקט געוואָרן מיט זײַן טאַטן, שלמה, אינעם אַרבעט־לאַגער מונאַ ווערקע אין אוישוויץ. נאָך דער מלחמה איז ער געוואָרן אַ מענטשנרעכט־אַקטיוויסט און האָט אָנגעשריבן זײַנע זכרונות אויף ייִדיש מיטן טיטל „און די וועלט האָט געשוויגן“; אין 1960 האָט ער עס אַרויסגעגעבן אויף ענגליש מיטן נאָמען Night.
וויזעל איז נישט דער איינציקער ייִד באַערט צו ווערן פֿון דער סעריע חשובֿע אַמעריקאַנער. דאָס פּאָסטדינסט האָט אויך אָפּגעגעבן כּבֿוד דזשאָנאַס סאָלק, וואָס האָט אַנטוויקלט די וואַקצינען קעגן גריפּע און פּאָליאָ; אַלבערט סייבין, וואָס האָט אַנטוויקלט דעם מויל־וואַקצין קעגן פּאָליאָ, און דער דראַמאַטורגין און פּוליצער־פּריז־געווינערין עדנאַ פֿערבער. דער ייִדישער שרײַבער און אילוסטראַטאָר שעל סילווערסטין און די ריכטערין פֿונעם העכסטן געכירט, רות ביידער גינזבורג, האָבן אויך פֿיגורירט אויף מאַרקעס.
די וויזעל־מאַרקע, וואָס דאַרף אַרויסגעלאָזט ווערן דעם 17טן סעפּטעמבער, ווײַזט אַ שוואַרץ־און־ווײַסע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון וויזעל אַראָפּגענומען פֿון סערגיי בערמעניעוו, און באַגלייט פֿון זײַן נאָמען און דעם וואָרט „הומאַניטאַר“. אַ בלאַט מיט 20 מאַרקעס אַזוינע קען מען שוין באַשטעלן פֿאַר $21.40.
כּדי צו לייענען דעם אַרטיקל אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.
In order to read this article in English, click here.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
