Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טשיקאַוועסן: אין שאָטן פֿון מלחמה בליט ייִדיש לעבן אין ראָסטאָווTidbits: In shadow of war, Jewish life thrives in Rostov, Russia

חנוכּה זענען בערך 2,000 מענטשן געקומען אויף אַ ייִדישן קאָנצערט, נישט געקוקט אויף דער רוסישער מלחמה קעגן אוקראַיִנע.

Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:

ר׳ חיים דאַנצינגער, אַ חב״ד־רבֿ פֿון קאַנאַדע, האָט יונגערהייט נישט בדעה געהאַט צו ווערן אַ רבֿ. בײַ נאַכט פֿלעג ער זיך אַרויסגנבֿענען פֿון דער ישיבֿה כּדי צו שפּילן האָקי מיט זײַנע פֿרײַנד.

אָבער נאָך דעם ווי ער איז געפֿאָרן קיין ווענעציע, איטאַליע צו העלפֿן דעם אָרטיקן חב״ד־שליח, האָט ער אַזוי הנאה געהאַט פֿון העלפֿן די ייִדישע טוריסטן זיך דערנענטערן צו ייִדישקייט, אַז ער איז אַליין געוואָרן אַ חב״ד־שליח און מיט יאָרן שפּעטער זיך אַריבערגעצויגן קיין ראָסטאָוו, רוסלאַנד.

דאָרט האָט ער אַנטדעקט אַז אין רוסלאַנד האָט מען ליב האָקי אַזוי פֿיל ווי אין קאַנאַדע. „האָב איך געגרינדעט אַ ייִדישע האָקי־מאַנשאַפֿט,“ האָט ער געזאָגט.

ער האָט זיך באַקענט מיט אַ ייִד, מישע, וואָס האָט געשפּילט האָקי „אָבער האָט בשום־אופֿן נישט געוואָלט אַפֿילו אַרײַנטרעטן אין אַ שיל.“ אַ דאַנק זייער בשותּפֿותדיקער ליבשאַפֿט פֿאַר האָקי פֿילט זיך מישע הײַנט באַקוועם אין שיל.

אין 1998 האָט אַ חבֿר געבעטן דאַנצינגער, וואָס איז דעמאָלט געווען 18 יאָר אַלט, צו געפֿינען מענטשן צו אַרבעטן אין אַ ייִדישן זומער־לאַגער אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. האָט ער פֿאַרבראַכט יענעם זומער אין קרים, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט אָרעמע יונגע לײַט וואָס האָבן מיט זיך געטראָגן זייער גאַנץ האָב־און־גוטס אין פּלאַסטישע זעק און האָבן גאָרנישט געוווּסט וועגן ייִדישקייט.

ווען עטלעכע 14־יאָריקע בחורים האָבן אים געזאָגט אַז זיי ווילן געמלט ווערן האָט עס געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף אים. מיט דער צײַט האָט דאַנצינגער פֿאַרלייגט זײַן אייגענעם זומער־לאַגער אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַ טייל פֿון זײַנע קעמפּער זענען שפּעטער געוואָרן רבנים, אַקטיוויסטן און שטאָלצע ייִדן צעשפּרייט איבער צפֿון־אַמעריקע, אייראָפּע, ישׂראל, רוסלאַנד און אוקראַיִנע.

אין 2008 האָט ער זיך דערוווּסט אַז מע דאַרף אַ רבֿ אין ראָסטאָוו, וווּ עס וווינען בערך 15,000 ייִדן. ער מיט זײַן פֿרוי קיילע זענען געפֿאָרן „אויף עטלעכע טעג“ קיין ראָסטאָוו, וווּ זיי זענען שבת געגאַנגען אין דער „קאַנטאָניסטישער שיל“ וואָס די קאַנטאָניסטן — ייִדן וואָס מע האָט געצוווּנגען צו גיין אין צאַרישן מיליטער אויף 25 יאָר — האָבן געבויט אין 1872. דאָרט האָט דאַנצינגער זיך באַקענט מיט עלטערע ייִדן וואָס „האָבן געדאָרשט נאָך ייִדישקייט“.

אין גיכן האָט ער מיט זײַן פֿרוי און זייערע פֿיר קינדער, זיך איבערגעצויגן קיין ראָסטאָוו. דאָרט האָט ער געגרינדעט אַ חבֿרה קדישא, אַ גאָרקיך און אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַר קינדער מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן. ער האָט אויך דערמעגלעכט אַז מע זאָל פֿון מאָסקווע איבערשיקן ספֿרים איבערגעזעצטע אויף רוסיש.

דאָס איז אַלץ פֿאָרגעקומען אונטערן שאָטן פֿון רוסלאַנדס מלחמה קעגן אוקראַיִנע.

חנוכּה זענען בערך 2000 מענטשן געקומען אין ראָסטאָוו אויף אַ קאָנצערט פֿונעם „טורעצקי־כאָר“ פֿון מאָסקווע. „דעם חנוכּה האָבן מיר זיך פֿאַרזאַמלט מיט אַ שווער געמיט און פֿאַרשטאַרקטע זיכערהייט־כּוחות,“ האָט ער געשריבן אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ. „מיר האָבן אָבער באַשלאָסן אַז מיר מוזן עס טאָן.“

צו זען דעם אַרטיקל אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To see the article in English, click here.

This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.

This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.

With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.

The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.