ווידעאָ: דער ראָדעמער רבי און דער אוניווערסיטעטWATCH: The Rodomer Rebbe and the University
משה פֿישמאַן ז׳׳ל דערציילט ווי זײַן רבי האָט רעאַגירט, ווען זײַן ברודער האָט זיך געוואָלט לערנען אין אוניווערסיטעט.

Image by Yiddish Book Center
די וואָך האָט דער פֿאָרווערטס אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל וועגן דעם חורבן אין ראָדעם, פּוילן. איז אפֿשר כּדאַי צו ווײַזן אונדזערע לייענער אַ ווידעאָ וווּ אַ ייִד פֿון ראָדעם טיילט זיך מיט זײַנע זכרונות וועגן דער שטאָט ערבֿ דעם חורבן.
משה פֿישמאַן ז׳׳ל, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין ראָדעם, האָט בעת אַן אינטערוויו מיט קריסטאַ וויטני פֿאַרן „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה‟ בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, דערציילט וואָס פֿאַר אַן עצה דער ראָדעמער רבי אלימלך אליעזר רוקח האָט געגעבן זײַן טאַטן, ווען ער האָט געזוכט אַן אוניווערסיטעט פֿאַר זײַן זון שמואל. ווײַזט זיך אַרויס, אַז זײַן ענטפֿער איז געווען אַ היפּש ביסל אַנדערש פֿון דעם, ווי אַזוי ס׳רובֿ הײַנטיקע חסידישע רבנים וואָלטן רעאַגירט. דעם אינטערוויו האָט געמאַכט קריסטאַ וויטני בײַ דער „קדימה־ביבליאָטעק‟ אין מעלבורן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
