וואָס ייִדיש סימבאָליזירט בײַ די פּראָטעסטן קעגן „אײַס“What Yiddish Represents At the Anti-ICE Protests
עס זענען דאָ לאָגישע סיבות פֿאַר וואָס ייִדישע דעמאָנסטראַנטן פֿאַרבינדן נישט דעם ענין מיטן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלסעטינער.
לעצטנס האָט זיך צעשפּרײט אַ כװאַליע פּראָטעסטן בײַ ייִדן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן קעגן די פֿאַרהאַלטונג־לאַגערן אין װעלכע פּליטים װערן געהאַלטן מצד דער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע — אַן ענין וואָס איך האָב שוין פֿריִער וועגן דעם געשריבן
אַ סך פֿון די פּראָטעסטן אָרגאַניזירט פֿון ייִדן פֿירט מען אַדורך אונטער אַן אַלגעמײנעם דאַך װאָס רופֿט זיך „נעװער אַגען־אַקשנס‟ (מער־קײן־מאָל־ניט־אַקציעס). אינטערעסאַנט איז, װאָס בײַם אויסרעכענען אירע צילן לגבי די לאַגערן דערמאָנט די אָרגאַניזאַציע נישט פֿאַר װאָס דװקא ייִדן דאַרפֿן דורכפֿירן אַזעלכע פּראָטעסטן.
װאָס אינספּירירט ייִדן בכלל צו פּראָטעסטירן װי אַ טייל פֿון דער ייִדישער עדה? אין װאָס באַשטײט דער כּוח פֿון ייִדן אין די הײַנטיקע פֿאַראײניקטע שטאַטן, און װי אַזױ קען דאָס אָנערקענען אַזאַ כּוח העלפֿן אויספֿורעמען אירע צילן?
די גרענעצן און װירקונגען פֿון ייִדישן פּאָליטישן כּוח אין אַמעריקע באַטרעפֿן אַ ברײטערע טעמע וואָס וואָלט געפֿאָדערט אַ באַזונדערן אַרטיקל. כ’וויל בלויז אַרויסהייבן אַ פּאָר עלעמענטן פֿון דער פֿראַגע.
ערשטנס: ייִדיש װי אַ קולטור־אײגנס, אָדער אַ סיגנאַל, שפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע אױף די דאָזיקע פּראָטעסטן, כאָטש עס נעמט נישט דעם אױבן־אָן. מע הערט כּסדר די פֿראַזע, דווקא אויף מאַמע-לשון — „מע װעט זײ איבערלעבן‟. מע זעט אַ מאָל שילדן אױף ייִדיש, און מע הערט אױך פֿון צײַט צו צײַט ייִדישע לידער ווי, צום בײַשפּיל, „שנירעלע פּערעלע‟. (די דאָזיקע באַמערקונגען זײַנען נישט באַזירט אױף קײן אָפֿיציעלער אױספֿאָרשונג פֿון די פּראָטעסטן, נאָר אויף מײַנע פּערזענלעכע אָבסערוואַציעס פֿון דער װײַטנס און דורך מײַן אייגענעם באַטײליקן זיך אין אײנעם פֿון זײ.)
טאַקע דערפֿאַר איז װיכטיק צו פֿאַרשטײן פֿאַר װאָס ייִדיש שפּילט אַזאַ ראָלע. כ׳בין משער אַז ס׳איז שטילערהייט פֿאַרבונדן מיטן ענין ישׂראל־פּאַלעסטינע, און מיט דעם, פֿאַר װאָס אַזאַ ענין איז אַ ביסל הינטער די קוליסן אױף די דאָזיקע פּראָטעסטן. דאָס הײסט, מע הערט נישט קיין קלאָרע דיבורים פֿון די, װאָס האָבן אַ דורכגעטראַכטן צוגאַנג צום ענין ישׂראל־פּאַלעסטינע.
דאָס איז מערקװירדיק װײַל דער דאָזיקער אָנגעװײטיקטער ענין שפּילט אַזאַ צענטראַלע ראָלע אױף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס. און אָט זעט מען, אין פֿאַרלױף פֿון דרײַ חדשים, ווי בסך־הכּל צענדליקער טױזנטער ייִדן פֿאַרטיפֿן זיך אַלע אין אײן לעבנס־װיכטיקער טעמע — אַ הימל־שרײַענדיקער עוולה װאָס זײ פּראָטעסטירן דװקא װי ייִדן, אָבער קײנער דערמאָנט נישט דעם צווייטן ענין.
פֿאַראַן צװײ מעגלעכע ענטפֿערס. ערשטנס, װי איך האָב געהערט זאָגן אױף טײל סאָציאַל־מעדיאַ־פּלאַטפֿאָרמעס, האָט מען באַשלאָסן אַז „ס׳איז מער סטראַטעגיש נישט צו דערמאָנען אין דער באַדריקונג פֿון די פּאַלעסטינער בשעת מע פּראָטעסטירט די עוולות קעגן פּליטים און אימיגראַנטן מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג‟. מע מאַכט אַ שװײַג, בכּיוון, װײַל ס׳װאָלט נישט געהאָלפֿן, און אפֿשר גאָר געשאַט, צו פֿאַרבינדן די צװײ ענינים.
פֿון דעם װאָלט מען געמײנט, אַז אַלע פּראָטעסטן זײַנען קאָאָרדינירט מיט אַן אױסגעהאַלטענעם צוגאַנג. ס׳איז אָבער נישט אַזױ.
מיר דאַכט זיך אַז די ראָלע פֿון ייִדיש אױף די דאָזיקע פּראָטעסטן העלפֿט דװקא, כאָטש אויף אַ זײַטיקן אופֿן, אָנװײַזן אױף דער סיבה פֿון אַזאַ שטילשװײַגן לגבי ישׂראל און פּאַלעסטינע. כאָטש די איבערגעגעבענע אידעאָלאָגן פֿון די לינקע קרײַזן (גם אַני בתּוכם) װעלן דאָס אפֿשר פּרוּװן פֿאַרלײקענען, זײַנען אַמעריקאַנער ייִדן נאָך אַלץ צעקריגט און צעמישט איבערן ענין מיטעלן מיזרח. איך זאָג נישט אַז דאָס איז צוליב רעאַלע אָדער פֿאַקטן־סיבות. מיר איז קלאָר װי דער טאָג אַז די אָקופּאַציע איז אוממאָראַליש און אַז אַ לײזונג פֿון צװײ מלוכות איז איבערהױפּט מעגלעך. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אָבער נישט געפֿונען קיין רעטאָרישן אָדער פּאָליטישן אופֿן ווי אַרויסצוקריכן פֿון זײער פּאָליטישן זומפּ. מע קען נישט דערמאָנען אַזאַ ענין אױף אַ מאַסן־פּראָטעסט סײַדן מע װיל צעשפּליטערן די גרופּע ייִדישע באַטייליקטע.
איך מײן אַז מע ניצט ייִדיש כּדי זיך אַװעקצושטעלן מיט אַ געװיסער דיסטאַנץ פֿון ישׂראל, כאָטש מ׳איז נישט גרײט צו פֿאַרבינדן די צוויי פֿאַרשײדענע ענינים אױף די פּראָטעסטן. נישט געקוקט אױף דער אַלגעמיינער פּאָפּולאַריטעט פֿונעם באַגריף intersectionality אין די לינקע קרײַזן, לויט װעלכער אַלע באַעװלטע באַפֿעלקערונגען זײַנען אין תּוך גענומען דערדריקט פֿון אַ קאָמבינאַציע פֿון פֿאַקטאָרן, זענען ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן נישט צופֿרידן מיט דער אידעע און אין תּוך גלייבן זיי עס נישט.
װער װײסט װאָס װעט געשען מיט אַזאַ קאָנפֿליקט? צי די פֿאַרשפּרײטע פּראָטעסטן קעגן „אײַס‟ מצד אַמעריאַקנער ייִדן װעלן פֿאַרגלעטן, פֿאַרקוקן, אָדער גאָר פֿאַרטיפֿערן און אױפֿרײַסן יענעם װוּנד װעגן ישׂראל און פּאַלעסטינע איז שװער פֿאָרױסצוזען. נאָר פֿאַרשװײַגן װײַטער דעם ענין, אָדער אָנװינקען מיט אַ ייִדיש ליד צי צװײ, וועט אפֿשר באַלד שוין נישט זײַן מעגלעך.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor