ווי צו געפֿינען אַלע אונדזערע קאָכפּראָגראַמעןHow to Find All Our Cooking Shows In One Spot
במשך פֿון די יאָרן האָט מען אַרויסגעלאָזט מער ווי 40 קאַפּיטלען, וואָס ווײַזן ווי צו קאָכן סײַ באַקאַנטע, סײַ כּמעט פֿאַרגעסענע ייִדישע מאכלים.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די פֿאָרווערטס־קאָך־פּראָגראַם „עסט געזונטערהייט‟ בלײַבט אַ שלאַגער, ניט בלויז בײַ מענטשן וואָס פֿאַרשטייען ייִדיש, נאָר אויך בײַ די וואָס האָבן ליב צו הערן אַ ייִדיש וואָרט, צי ווילן סתּם וויסן וועגן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע מאכלים.
מע הערט אָפֿט בײַ מענטשן, וואָס זוכן אַ געוויסן קאַפּיטל פֿון דער פּראָגראַם, אַז זיי ווייסן ניט וווּ אים צו געפֿינען. „גוגל‟ העלפֿט, אָבער ער איז נישט תּמיד פֿאַרלאָזלעך. איצט, אַז מיר זענען שוין אַריבער אויף דער נײַער וועבזײַט, איז טאַקע שווערער צו געפֿינען די אַלטע ווידעאָס. כּדי אַלע זאָלן קענען גלײַך געפֿינען די פֿאַרשידענע קאַפּיטלען, האָט מען לעצטנס געשטעלט אַן אַרטיקל אויף ענגליש, וואָס גיט איבער אינסטרוקציעס ווי אַזוי זיי צו געפֿינען. אָט דער אַרטיקל וועט פֿון איצט אָן בלײַבן אויבן אָן אויף אונדזער וועבזײַט, כּדי אַלע זאָלן האָבן צוטריט צו זיי.
אָט זענען די אינסטרוקציעס אויף ייִדיש: צו געפֿינען אַלע קאַפּיטלען פֿון אונדזער קאָכפּראָגראַם, וואָס זענען בנימצא אויף דער נײַער וועבזײַט, קוועטשט דאָ..
פֿאַר אַלע קאַפּיטלען פֿון „עסט געזונטערהייט‟ אויף יוטוב, קוועטשט דאָ.
פֿאַר אַלע קאַפּיטלען פֿון „מאכלים אָן אַן עלטער‟, קוועטשט דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
