Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מאָנסי־אָנפֿאַלער האָט געשריבן אין זײַן טאָגבוך וועגן היטלערןMonsey Attacker Wrote About Hitler in His Diary

בײַם באַשולדיקן גראַפֿטאָן טאָמאַס אין שׂינאה־פֿאַרברעכנס האָבן פֿעדעראַלע פּראָקוראָרן געגעבן אַ מער פּינקטלעך בילד וועגן זײַנע מעגלעכע מאָטיוון.

לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ וואָס איז אַרויס מאָנטיק נאָך מיטאָג, האָט גראַפֿטאָן טאָמאַס, 38, דער מענטש וואָס איז מוצאי־שבת באַפֿאַלן פֿינף ייִדן אין מאָנסי מיט אַ מאַטשעטע־מעסער, אָנגעפֿירט מיט אַ טאָגבוך, אין וועלכן ער האָט געשריבן וועגן היטלערן.

טאָמאַס ווערט איצט באַשולדיקט אינעם פּרובירן דערהרגענען פֿינף ייִדן און אין האָבן באַגאַנגען פֿעדעראַלע שׂינאה־פֿאַרברעכנס, ווען ער האָט ברוטאַל דערשטאָכן פֿינף ייִדן וואָס האָבן געהאַלטן בײַם אָנצינדן אַ חנוכּה־לאָמפּ אין דער שטוב פֿון הרבֿ חיים ראָטענבערג. די פּראָקוראָרן גיבן איבער, אַז ער האָט שוין פֿון לאַנג אַן אָבסעסיע מיט ייִדן, שרײַבנדיק אין זײַן טאָגבוך וועגן דער „נאַצי־קולטור‟ און „ציוניזם‟, און צייכענענדיק האַקנקרײצן און מגן־דודס. לויטן באַריכט, אונטערגעשריבן דורך דער „עף־בי־אײַ‟־אַגענטקע דזשולי ס. בראַון, האָט טאָמאַס געזוכט אָנלײַן אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע „פֿאַר וואָס האָט היטלער פֿײַנט געהאַט די ייִדן?‟ און פּרובירט זיך צו דערוויסן, וווּ עס געפֿינען זיך שילן אין עליזאַבעט, ניו־דזשערזי און אויף סטעטן־אײַלענד.

שבת, פֿאַרן שוידערלעכן אָנפֿאַל, האָט טאָמאַס געלייענט אויף זײַן מאָבילקע אַן אַרטיקל וועגן דעם, אַז מער פּאָליציאַנטן וועלן פּאַטראָלירן די ייִדישע געגנטן פֿון ניו־יאָרק צוליב דער כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטישע אַטאַקן.

טאָמאַסעס קרובֿים האָבן איבערגעגעבן דורך זייער אַדוואָקאַט מײַקל סאָסמאַן, אַז טאָמאַס איז טיף גײַסטיק קראַנק. סאָסמאַן האָט דערקלערט פֿאַר דער פּרעסע, אַז די משפּחה האָט קיינעם ניט פֿײַנט און זײַנע קרובֿים פֿאַרשטייען ניט, פֿון וואַנען עס איז געקומען צו אים אַזאַ שׂינאה צו ייִדן. זײַן לאַנגיאָריקע פּאַסטאָרין, ווענדי פּיידזש, וואָס דינט ווי די וואָרטזאָגערין פֿאַר דער משפּחה, האָט איבערגעגעבן פֿאַר אַ גרופּע רעפּאָרטערס, אַז טאָמאַס איז שוין עטלעכע מאָל שפּיטאָליזירט געוואָרן צוליב זײַנע גײַסטיקע געזונט־פּראָבלעמען און דער משפּחה איז ניט געלונגען צו באַקומען פֿאַר אים די הילף וואָס ער דאַרף.

„ער איז ניט קיין טעראָריסט‟, האָט פּיידזש געזאָגט „נאָר אַן ערנסט קראַנקער, וועמען די אומגעלומפּערטע סיסטעם פֿאַר גײַסטיק קראַנקע איז ניט געווען מסוגל אים צו העלפֿן‟.

דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט טאָמאַסעס מאַמע געבעטן אין געריכט, אַז מע זאָל טאָמאַסן ווידער שפּיטאָליזירן אָבער מע האָט אים באַפֿרײַט, ווײַל די דאָקטוירים אויפֿן פֿאַרהער האָבן איבערגעגעבן, אַז טאָמאַס וויל ניט זײַן אין שפּיטאָל.

אַחוץ דעם אָנפֿאַל אויף די ייִדן אין הרבֿ ראָטענבערגס שטוב, פֿאָרשט מען אויך אויס, צי טאָמאַס איז אפֿשר געווען דער פּאַרשוין, וואָס האָט דעם 20סטן נאָוועמבער געשטאָכן אַ יונגערמאַן פֿאַר אַ שיל אין מאָנסי. לויט דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟, האָט דער „עף־בי־אײַ‟ אַ חשד, אַז טאָמאַס איז אפֿשר געווען דער זעלביקער מענטש, וואָס האָט געשטאָכן דעם יונגערמאַן אין אויג. מע האָט באַמערקט זײַן אויטאָ לעבן דער סצענע פֿונעם פֿאַרברעכן און די פּאָליציי האָט אים פֿאַרהאַלטן און געשטעלט פֿראַגעס, אָבער מע האָט אים לסוף באַפֿרײַט. צו יענער צײַט האָבן זיך פֿאַרשפּרייט קלאַנגען אויף דער חסידישער גאַס, אַז אפֿשר איז עס געווען אַן ענין פֿון „יד ישׂראל באמצע‟, דאָס הייסט אַז אַ ייִד האָט עס אָפּגעטאָן. לויט די דעמאָלטיקע קלאַנגען, האָט עמעצער אָנגעשטעלט אַ מערדער צוליב אַ פּריוואַטן מחלוקות איבער אַן עגונה. איצט, זעט אויס, אַז יענע מעשׂה איז געווען אַ פֿאַלשע.

בעת די פּאָליציי און דער „עף־בי־אײַ‟ פֿאָרשן אויס דעם פֿאַרברעכן, בלײַבט איינער פֿון די אָנגעפֿאַלענע ייִדן, ר׳ יוסף ניומאַן, 70, אין זייער אַ קריטישן צושטאַנד.. זײַנע קרובֿים האָבן איבערגעגעבן דער „ניו־יאָרק־פּאָסט‟, אַז ער האָט געליטן שווערע וווּנדן צום מוח און אַז זײַן מצבֿ האָט זיך פֿאַרערגערט זינט מע האָט געמאַכט אויף אים אַן אָפּעראַציע. די אַנדערע געליטענע פֿונעם אַטאַק זענען אין אַ רעלאַטיוו בעסערן מצבֿ.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.