ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט באַקומט פּרעמיע פֿון $500,000Barbara Kirshenblatt-Gimblett Receives $500,000 Prize
דער זשורי פֿונעם „דן דוד פּריז‟ האָט באַטאָנט אירע אויפֿטוען לטובֿת דער פּויליש־ייִדישער קולטור־ירושה.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ד׳׳ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, די אָנגעזעענע פֿאָרשערין פֿון דער פּוילישער ייִדישער קולטור וואָס האָט געשפּילט אַן עיקרדיקע ראָלע בײַם שאַפֿן דעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע „פּולין‟, האָט באַקומען די „פּרעמיע אויפֿן נאָמען דן דוד‟. די באַלוינונג, וואָס באַטרעפֿט איין מיליאָן דאָלאַר, וועט זי זיך טיילן מיט אַ צווייטן געווינער, ד׳׳ר לאָני באָנטש, וואָס פֿירט אָן מיטן „סמיטסאָניאָן־אינסטיטוט‟, די נעץ פֿון אַמעריקאַנער מלוכישע מוזייען.
די „דן דוד פּרעמיע‟, געשאַפֿן אין 2001, טיילט אויס פּריזן אין דרײַ קאַטעגאָריעס: אַמאָל, הײַנט און מאָרגן. יעדעס יאָר באַשטימט מען די פּריזן לויט דרײַ טעמעס. הײַיאָר איז די טעמע פֿון דער קאַטעגאָריע „אַמאָל‟ געווען „דאָס אויפֿהאַלטן און ווידער אויפֿלעבן קולטורן‟, און מע האָט ד׳׳ר קירשנבלאַט־גימבלעט באַלוינט אַ דאַנק אירע אויפֿטוען לטובֿת דעם אויפֿהאַלטן די פּויליש־ייִדישע קולטור בכלל, און איר אַרבעט צו פֿאַרבינדן זי מיט אונדזער הײַנט בפֿרט. די אַנדערע הײַיאָריקע טעמעס זענען געווען „מין־גלײַכקייט‟ און „קינסטלעכע אינטעליגענץ‟.
די אינטערנאַציאָנאַלער פּרעמיע, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורך אַ גרופּע ישׂראלים, קומט מיטן תּנאי, אַז דער געווינער זאָל שענקען 100,000$ אַנדערע אָרגאַניזאַציעס צי פֿאָרשער וואָס אַרבעטן אויף זייער געביט, כּדי זיי אונטערצושטיצן. דער ציל דערפֿון איז, אַז אָנגעעזענע פֿאָרשער צי וויסנשאַפֿטלער ווייסן בעסער וועמען אונטערצושטיצן, ווי די געוויינטלעכע מנדבֿים.
דן דוד איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע און האָט דאָרטן איבערגעלעבט דעם חורבן. אין 1960 האָט ער זיך באַזעצט אין ישׂראל. זײַן געלט האָט ער פֿאַרדינט אַ דאַנק זײַן אַרבעט מיט דער פֿירמע Photo Me, וואָס שטעלט צו פֿאָטאָ־בודקעס אין רעסטאָראַנען, קינאָס און אײַנקויף־צענטערס. ער האָט געשאָנקען 100 מיליאָן דאָלאַר כּדי אויפֿצושטעלן די יערלעכע פּרעמיע.
צווישן די פֿריִערדיקע לאַוורעאַטן זענען די שרײַבער דזשאַמייקאַ קינקייד, א. ב. יהושע, מאַרגערעט אַטוואָד און עמוס עוז; דער גרינדער פֿון „וויקיפּעדיע‟ — דזשימי וויילס; די היסטאָריקער דזשעפֿרי לויד און שאול פֿרידלאַנדער; די רעזשיסאָרן — די ברידער כּהן; דער טשעלאָ־שפּילער — יאָ יאָ מאַ; דער געוועזענער וויצע־פּרעזידענט אַל גאָר און דער געוועזענער בריטישער פּרעמיער טאָני בלייר.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
