Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווילט איר פֿאַרבעסערן אײַער ייִדיש? אָט זענען די הײַיאָריקע זומער־פּראָגראַמעןWant to improve your Yiddish? See where the 2020 summer programs will be

די גרעסטע פּראָגראַמען וועלן הײַיאָר זײַן אין ניו־יאָרק און תּל־אָבֿיבֿ אָבער מע קען זיך אויך לערנען אין פֿיר אייראָפּעיִשע לענדער.

יעדעס יאָר קומען פֿאָר אַ ריי אינטענסיווע זומער־פּראָגראַמען פֿאַר די וואָס ווילן זיך אָנהייבן לערנען, אָדער פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש. הײַיאָר וועלן פֿאָרקומען קורסן אויף פֿיר קאָנטינענטן.

אויסטראַליע: אין יולי, בעת דער ווינטער־הפֿסקה אין מעלבורן, וועט מען בײַם „מאָנאַש‟־אוניווערסיטעט לערנען אַן אינטענסיוון ייִדיש־קורס אויף דרײַ מדרגות. (די דאַטעס האָט מען דערווײַל נאָך ניט באַשטימט). נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

פּוילן: אין וואַרשע וועט מען אָנפֿירן מיט אַן אינטענסיווער ייִדיש זומער־פּראָגראַם אויף פֿיר מדרגות, פֿונעם 29סטן יוני ביזן 17טן יולי. דער שׂכר־לימוד איז 800$ פֿאַרן ברייטן עולם און 500$ פֿאַר סטודענטן. מע קען זיך פֿאַרשרײַבן ביזן 31סטן מײַ. (אויף סטיפּענדיעס קען מען אָנגעבן ביזן 3טן מײַ). נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

דײַטשלאַנד: ווי אַ טייל פֿונעם גרעסערן קולטור־פֿעסטיוואַל „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ קען מען זיך אויך לערנען ייִדיש. יעדע וואָך פֿירט מען אַ וואָך־לאַנגן קורס אויף אַן אַנדער מדרגה. דער קלאַס פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן וועט פֿאָרקומען פֿונעם 12טן ביזן 19טן אויגוסט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

בעלגיע: יעדעס יאָר פֿירט מען אָן מיט אַן אינטענסיווער ייִדיש־פּראָגראַם אָדער אין פּאַריז, אָדער אין שטראַסבורג, אָדער אין בריסל. הײַיאָר קערט די פּראָגראַם זיך אום קיין בריסל, וווּ זי ווערט דורכגעפֿירט אונטערן אויפֿזיכט פֿונעם אָרטיקן „אינסטיטוט פֿאַר יודאַיִסטיק‟ בײַם „פֿרײַען אוניווערסיטעט‟. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט אָנגיין פֿונעם 20סטן ביזן 31סטן יולי, וועלן לערנען ד׳׳ר חיהלע בער, ד׳׳ר טל חבֿר־כיבאָווסקי, ד׳׳ר סאָניע דראַטווע פּינקאָסאָוויטש און ד׳׳ר אַניק פּרים־מאַרגאָליס. אַחוץ די שפּראַכקלאַסן גופֿא וועלן די סטודענטן זיך קענען באַטייליקן אויף אַן איבערזעצונג־וואַרשטאַט (געפֿירט פֿון בתיה בוים), אַ טעאַטער־וואַרשטאַט (ד׳׳ר טל חבֿר־כיבאָווסקי) אָדער אַ געזאַנג־וואַרשטאַט (שורה ליפּאָווסקי). דער שׂכר־לימוד איז 480 אייראָס פֿאַרן ברייטן עולם און 350 אייראָס פֿאַר סטודענטן. אַפּליקאַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 15טן יוני. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

ענגלאַנד: אין לאָנדאָן בײַם „אינסטיטוט פֿון ייִדישער מוזיק‟ קען מען זיך לערנען ייִדיש ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „אָט אַזוי‟. קלאַסן (אויף פֿיר ניוואָען) ווערן געלערנט אונטערן אויפֿזיכט פֿון ד׳׳ר חיהלע בער. די פּראָגראַם (פֿונעם 23סטן ביזן 28סטן אויגוסט) קאָסט 250 פֿונט פֿאַרן ברייטן עולם און 150 פֿאַר סטודענטן. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

ישׂראל: בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט וועט די הײַיאָריקע ייִדיש־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער קדר פֿאָרקומען פֿונעם 24סטן יוני ביזן 23סטן יולי. אַחוץ די פֿינף ניוואָען פֿון שפּראַכקלאַסן גופֿא וועט מען דורכפֿירן אַן אינטענסיוון סעמינאַר וועגן פֿאָרשמיטלען. אין דער פּראָגראַם וועלן הײַיאָר לערנען ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי, ד׳׳ר דניאל בירנבוים, ד׳׳ר דזשאָסטין קעמי, ד׳׳ר אַלכּסנדרה פּאָליאַן, ד׳׳ר דוד ראָסקעס, אסתּר ראָלאַנסקי, וועראַ סאַבאָ און ד׳׳ר יורי וועדעניאַפּין. דער שׂכר־לימוד איז 1,450$ פֿאַרן ברייטן עולם, 500$ פֿאַר ביז־גראַדויִר־סטודענטן, 700$ פֿאַר מאַגיסטער־סטודענטן און 900$ פֿאַר דאָקטאָראַנטן. מע קען זיך פֿאַרשרײַבן ביזן ערשטן מײַ. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

מאַסאַטשוסעטס: דער טערמין אַרײַנצושיקן אַן אַפּליקאַציע פֿאַר דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִדישן ביכער־צענטער איז שוין פֿאַרבײַ. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּראָגראַם, וואָס איז נאָר פֿאַר פֿולצײַטיקע סטודענטן, גיט אַ קוועטש דאָ.

ניו־יאָרק: די הײַיאָריקע זומער־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך בײַם „ייִוואָ‟ וועט פֿאָרקומען פֿונעם 29סטן יוני ביזן 7טן אויגוסט. מע האָט נאָך ניט אָפֿיציעל באַשטעטיקט ווער עס וועט הײַיאָר לערנען די שפּראַכקלאַסן און צוגאָבקורסן. דער שׂכר־לימוד איז 2,400$. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

אַחוץ דער פּראָגראַם גופֿא וועט דוד בראַון לערנען אַן איבערחזר־קורס פֿון ייִדיש און אירע גראַמאַטישע תּקנות פֿונעם 22סטן ביזן 26סטן יוני. פֿונעם 10טן ביז 21סטן אויגוסט וועלן ד׳׳ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי לערנען אַן אינטענסיוון קורס פֿאַר ווײַטהאַלטערס, „ייִדיש: דער ווײַטערדיקער שטאַפּל‟.

גושן, ניו־יאָרק: די הײַיאָריקע זומער־פּראָגראַם בײַ דער „ייִדיש־פֿאַרם‟ וועט פֿאָרקומען פֿונעם 1טן ביזן 7טן יוני. דער שׂכר־לימוד איז 1,000$. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.