Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי צו גיין אויף ייִדיש־אונטערנעמונגען — אָנלײַן!Attending Yiddish events ־ online!

קאָנצערטן, שמועסקרײַזן, לייענקרײַזן און זינגערײַען פֿאַר קינדער זענען צווישן די ווירטועלע אַקטיוויטעטן וואָס קומען איצט פֿאָר צוליבן קאָראָנאַווירוס.

אַז טיר און טויער זענען פֿאַרשלאָסן צוליבן קאָראָנאַווירוס און אַלע מוזן זיך האַלטן אָפּגעזונדערט, באַטראַכטן איצט די ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס ווי אַזוי צו ברענגען קולטור צו אַן עולם, וואָס קען זיך מער ניט טרעפֿן פּנים־אל־פּנים.

כּמעט אַלע געוויינטלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע פּראָגראַמען זענען שוין אַנולירט געוואָרן. דער ייִוואָ און דער אַרבעטער־רינג האָבן פֿאַרוואַנדלט זייערע פּנים־אל־פּנימדיקע שפּראַכקלאַסן אין אינטערנעץ־קורסן. דערצו האָבן אַ ריי אָרגאַניזאַציעס און יחידים לאַנצירט נײַע איניציאַטיוון, צו העלפֿן מענטשן געניסן פֿון דער ייִדישער קולטור בעת מע איז פֿאַרשפּאַרט אין דער היים.

קאָנצערטן און רעפֿעראַטן פֿון דער פֿאָלקסבינע

די פֿאָלקסבינע וועט במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן טראַנסמיטירן אויף איר פֿייסבוק־זײַטל אַ סעריע קאָנצערטן און וואַרשטאַטן. צווישן זיי:

דינסטיק, דעם 17 מאַרץ, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועט זלמן מלאָטעק, דער קינסטלערישער דירעקטאָר בײַ דער פֿאָלקסבינע, אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדיש געזאַנג.

מיטוואָך און דאָנערשטיק, דעם 18טן און 19טן מאַרץ, 1 אַ זייגער נאָך מיטאָג, וועט מאָטל דידנער, דער געהילף־קינסטלערישער דירעקטאָר בײַ דער פֿאָלקסבינע, אָנפֿירן מיט אַ רעפֿעראַט אין צוויי טיילן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער.


As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.


דינסטיק, דעם 24סטן מאַרץ, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועט דער אַקטיאָר דילין סידערס האָפֿמאַן אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט „לידער און מעשׂיות פֿאַר זיסע חלומות.“

די פֿאָלקסבינע וועט מעלדן אויף איר פֿייסבוק־זײַט וועגן אַנדערע פּראָגראַמען אין די קומענדיקע טעג.

„ווײַבערטײַטש“־שמועסקרײַז

כּדי וואָס מער צו באַזײַטיקן די עלנטקייט און צוזאַמענצוברענגען מענטשן, אָרדנט אײַן סאָסיע פֿאָקס, די אָנפֿירערין פֿונעם פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט אויף ייִדיש, „ווײַבערטײַטש“, אַ שמועסקרײַז פֿאַרן ברייטן עולם. דער שמועסקרײַז וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 19טן מאַרץ, 11 אַ זייגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער, גיט אַ קוועטש דאָ.

„הערי פּאָטער לייענקרײַז“

די ייִדיש־לערערין און אַקטיוויסטקע שולי־אלישבֿע זערין אָרגאַניזירט אַן אינטערנעץ־לייענקרײַז פֿאַר די, וואָס ווילן צוזאַמענלייענען אַרעלע ווישוואַנאַטס נײַע איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער“ אויף מאַמע־לשון. דער לייענקרײַז איז פּאַסיק סײַ פֿאַר די וואָס באַהערשן פֿליסיק ייִדיש, סײַ פֿאַר ייִדיש־סטודענטן וואָס לערנען זיך איצט אין אַוואַנסירטן קלאַס. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

פּראָגראַמען פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער

שולי אלישבֿע אָרגאַניזירט אויך פֿאָרלייענונגען, זינגערײַען און אַנדערע פּראָגראַמען פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.