ייִדישע פֿרוי מיט 1,200 קינדער און קינדסקינדער איז ניפֿטר געוואָרןJewish woman with 1,200 descendants has died
פֿרוי ליבע עטל זילבערשטיין, פֿון דער סאַטמערער קהילה אין וויליאַמסבורג, איז געווען 102 יאָר אַלט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, דעם 20סטן מאַרץ, איז פֿרוי ליבע עטל זילבערשטיין, אַ ייִדישע טאָכטער פֿון דער סאַטמערער קהילה אין וויליאַמסבורג, ברוקלין, ניפֿטר געוואָרן צו 102 יאָר. זי האָט איבערגעלאָזט מער ווי 1,200 קינדער און קינדסקינדער, האָט איבערגעגעבן די ניו־יאָרקער וואָכנשריפֿט „יתד נאמן‟.
ביז אַ וואָך פֿאַר איר פּטירה איז פֿרוי זילבערשטיין ע״ה געווען גאַנץ געזונט, האָט געקענט גיין אָן דער הילף פֿון אַנדערע און האָט פֿאַרבראַכט צײַט מיט אירע פֿינף דורות קינדער, אייניקלעך, אור־אייניקלעך און אור־אור־אייניקלעך. פּלוצלינג איז זי זייער שוואַך געוואָרן און באַקומען שוועריקייטן בײַם אָטעמען. שבת איז זי ניפֿטר געוואָרן, אַרומגערינגלט מיט איר משפּחה. ס׳איז נישט באַקאַנט צי זי האָט זיך געהאַט אָנגעשטעקט מיטן קאָראָנאַ־ווירוס.
פֿרוי זילבערשטיין איז געבוירן געוואָרן אין אונגערן אין 1917 און על־פּי־נס איבערגעלעבט דעם חורבן. אירע טאַטע־מאַמע און נײַן שוועסטער און ברידער זענען אַלע אומגעקומען.
אין 1946 האָט זי חתונה געהאַט מיט הרבֿ נתן דוד זילבערשטיין, אויך אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן, וועלכער איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין קראָקע, פּוילן. זיי האָבן געהאַט אַכט קינדער.
מיט יאָרן צוריק, פּונקט איידער צוויי פֿון זייערע זין, אַ צווילינג, האָבן דערגרייכט בר־מיצווה, איז פֿרוי זילבערשטיין געוואָרן קראַנק מיט אַ טייטלעכן ראַק (יענע מחלה). ווי מע דערציילט אין דער משפּחה איז איר מאַן, וואָס איז דעמאָלט שוין געווען אַ חסיד און חבֿרותא בײַם סאַטמערער רבין, ר׳ יואל טייטלבוים, געלאָפֿן צום רבין און געבעטן בײַ אים אַ ברכה פֿאַר זײַן פֿרוי. דער רבי האָט אים געענטפֿערט אַז דאָס איז אַ שרעקלעכע גזירה פֿון הימל אָבער ער אַליין קען גאָרנישט טאָן.
הרבֿ נתן דוד האָט זיך געבעטן בײַ אים: „וואָס הייסט? בלויז צוליב דעם וואָס איך בין נישט קיין היימישער קענט איר מיר נישט העלפֿן?‟ אַ „היימישער‟ האָט בײַ אים, אַ פּנים, באַטײַט נישט קיין אונגערישער. די סאַטמערער רביצין, וואָס האָט, ווי ר׳ נתן דוד, געשטאַמט פֿון פּוילן, האָט פֿונעם צווייטן צימער געהערט וואָס ער זאָגט, איז זי אַרײַנגעלאָפֿן און זיך געבעטן בײַם רבין ער זאָל מאַכן א ברכה, אַז די פֿרוי זאָל געזונט ווערן. דער רבי האָט זיך באַרעכנט און טאַקע געמאַכט אַ ברכה, צוזאָגנדיק אַז זי וועט האָבן אַ רפֿואה שלימה און אַריכות־ימים. וכּך הווה: געלעבט האָט זי ביז 102 יאָר און איבערגעלאָזט מער ווי 1,200 קינדער און קינדסקינדער.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
