ווידעאָ: באָראָ־פּאַרק לוויה־הויז איז פֿול מיט טויטע פֿון קאָראָנאַ־ווירוסWATCH: Borough Park funeral home overwhelmed by coronavirus dead
אינעם ווידעאָ זעט מען נײַן מתים, אײַנגעוויקלט אין תּכריכים. אַ טייל ליגן אויף טראָגבעטלעך און כאָטש דרײַ פֿון זיי ליגן ממש אויף ד׳רערד.
אַ ווידעאָ וואָס איז די וואָך צוגעשיקט געוואָרן צום פֿאָרווערטס גיט אַ רמז אויף ווי שטאַרק עס האָט זיך שוין פֿאַרשפּרייט די קאָראָנאַ־ווירוס־מגפֿה בײַ די ייִדן אין באָראָ־פּאַרק.
דער ווידעאָ ברענגט דעם צוקוקער אַרײַן אין „שומרי הדת‟, אַ לוויה־הויז אין באָראָ־פּאַרק. דאָרט זעט מען ווי עס ליגן נײַן מתים, אײַנגעוויקלט אין תּכריכים: אַ טייל פֿון זיי ליגן אויף טראָגבעטלעך און דרײַ פֿון זיי (אפֿשר אַפֿילו נאָך מער) ליגן ממש אויף ד׳רערד. דער פּערסאָנאַל וואָס מע זעט אינעם ווידעאָ טראָגן כּסדר לאַטעקס־הענטשקעס און מאַסקעס.
אָט קענט איר אַליין זען ווי עס האָט די וואָך אויסגעזען בײַ „שומרי הדת‟:
More horrifying scenes from Shomrei Hadas in BP?????? pic.twitter.com/ZIrjlq3BiP
— T.O.T Consulting{Avi Lehrer} (@TOTPINYC) March 29, 2020
אַחוץ דעם האָט אַ פֿרײַוויליקער אַרבעטער בײַ „שומרי הדת‟, מנחם בלום, די וואָך אַרויסגעשיקט אַן אוידיאָ־מעלדונג דורך וואַטסאַפּ, בעטנדיק מענטשן מיט גרויסע אויטאָס — מיניוואַנס (קאַמיאָנעטן) און „עס־יו־וויס‟ — צו העלפֿן זיי ברענגען די מתים אין בית־עולם ווײַל עס זענען בײַ זיי פּשוט נישטאָ גענוג מענטשן און אויטאָס.
„רבותי, כ’האָב נישט גענוג דרײַווערס אַרויסצופֿירן אַלע נפֿטרים צו די בית־הקבֿרות!‟ זאָגט בלום.
הערט די רעקאָרדירונג דאָ:
„עס האַלטן אין איין שטאַרבן מענטשן, פֿון אַלע מינים: ספֿרדים, פֿרומע, ליטווישע,‟ האָט אַ ייִד פֿון דער חבֿרה קדישא שומרי הדת געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. דער ייִד, וואָס האָט געבעטן נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, האָט געזאָגט אַז די רבנים און עסקנים ווילן נישט רעדן וועגן דער הויכער צאָל מענטשן וואָס שטאַרבן פֿון דער מגפֿה. „קיינער וויל נישט אויסזאָגן די אמתע ציפֿערן,‟ האָט ער געזאָגט. „זיי זאָגן אז ס׳איז בלויז די זקנים און אַז זיי זענען שוין סײַ־ווי געווען קראַנק פֿון פֿריִער. אָבער איך ווייס אויף זיכער, כ׳האָב געזען די טויט־צעטלעך — אויף זיי אַלע איז געשטאַנען אַז זיי זענען בפֿירוש געשטאָרבן פֿון קאָראָנאַ.‟
„צוליב עפּעס אַ סיבה פּרוּוון זיי דאָס צו פֿאַרשווײַגן און לאָזן נישט מענטשן וויסן וועגן דעם,‟ האָט ער געזאָגט. „זיי ווילן נישט איבערשרעקן דעם עולם. דערפֿאַר פֿירן זיך מענטשן ווי געוויינטלעך, אָן זיך צו היטן.‟
די שטאָט האָט נאָך נישט פּובליקירט די סטאַטיסטיק וועגן די טויטפֿאַלן לויט די געגנטן, אָבער דורך ווידעאָס, פֿאָטאָגראַפֿיעס און גבֿית־עדות פֿון די אָרטיקע ייִדן זעט מען קלאָר אַז די אַרבעטער און וואָלונטירן בײַ שומרי הדת זענען שוין איבערן קאָפּ, פּרוּוונדיק צו ברענגען די מתים צו קבֿורה על־פּי־דין, אין ווייניקער ווי אַ מעת־לעת, 24 שעה.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor