ווידעאָ: האָט רחמנות אויף באָבע־זיידע. גייט נישט אַרויס פֿון שטוב!‟WATCH: “Have pity on your grandparents. Don’t leave the house!”
אַ „הצלה‟־אַרבעטער בעט די חרדים, אויף ייִדיש, נישט צו רעדן וועגן די „ציונים‟, נאָר זיך גיכער זאָרגן וועגן דעם געזונט פֿון זייערע אייגענע משפּחות

Image by Youtube.com
דבֿ אײַכלער, אַ פֿרײַוויליקער אַרבעטער בײַ „הצלה‟, בעט זיך בײַם חרדישן עולם, אויף ייִדיש, נישט צו טראַכטן איצט וועגן די „ציונים‟ נאָר פּראָסט און פּשוט צו היטן דאָס אייגענע געזונט, און דאָס געזונט פֿון טאַטע־מאַמע און באָבע־זיידע: וואַשן אָפֿט די הענט, שטיין אָפּגעזונדערט פֿון אַנדערע און נישט פֿאַרלאָזן די שטוב, סײַטן מע מוז.
זעט דעם ווידעאָ דאָ אונטן: