ווידעאָ: צוויי אופֿנים ווי צו מאַכן מאַסקעס ־ אויף ייִדישWATCH: Two videos on how to make masks – in Yiddish
די ישׂראלדיקע רעגירונג ווײַזט ווי מע טוט עס מיט אַ שמאַטע און גומקעס, און איין ישׂראלי ווײַזט ווי מע מאַכט עס מיט גאַטקעס!

Image by Getty Images
די טעג רעדן שוין אַפֿילו צה״ל־סאָלדאַטן ייִדיש!
די צאָל פֿאַלן פֿון קאָראָנאַ־ווירוס איז שוין אַזוי שטאַרק געשטיגן אין די פֿרומע געגנטן אין בני־ברק און ירושלים אַז מע האָט לעצטנס אַהין אַרײַנגעשיקט סאָלדאַטן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז קיינער דרייט זיך ניט אין דרויסן. דערצו האָט מען אויסגעטיילט פֿאַר די סאָלדאַטן אַ רשימה נוצלעכע פֿראַזעס אויף ייִדיש. צווישן די ווערטער אין דער רשימה: “וואָס מאַכט איר?”, זײַט מיר מוחל” און “”ס׳איז דאָ עמעצער וואָס רעדט דאָ עבֿרית?”
אין אַ פּרוּוו צו לערנען דעם עולם ווי אַזוי מע קען אַליין שאַפֿן מאַסקעס בײַ זיך אין דער היים, האָט דער ישׂראלדיקער געזונט־מיניסטעריום אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ אויף ייִדיש, אין וועלכן מע ווײַזט ווי צו מאַכן אַ מאַסקע, ניצנדיק בלויז אַ שטיקל סחורה און גומקעס (גומיות, אויף העברעיִש).
“איך האב גנומען א’שטיקל סחיירה”
כל אחד יכול להכין מסיכה בבית, גם אם הוא דובר אידיש pic.twitter.com/jaLaOl1jSC
— משה ויסברג (@moshe_nayes) April 6, 2020
דער ווידעאָ איז אָבער ניט דער איינציקער אויף ייִדיש, וואָס ווײַזט ווי צו מאַכן אַ מאַסקע. אין דער זעלביקער צײַט וואָס דעם געזונט־מיניסטעריומס ווידעאָ האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף טוויטער, האָט מען אַרויסגעלאָזט אויף פֿייסבוק אַ צווייטן ווידעאָ, וווּ אַ ייִד ווײַזט, אויך אויף ייִדיש, ווי מע קען מאַכן די מאַסקע פֿון גאַטקעס:
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief