הזכּרה אָפּצומערקן וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד וועט פֿאָרקומען אָנלײַןWarsaw Ghetto Uprising to be commemorated online
דוד פֿישמאַן, יאַנקל דזשייקאָבס, אירענאַ קלעפּפֿיש, זלמן מלאָטעק און קינדער פֿון אַן אַרבעטער־רינג־שול וועלן אָנטיילנעמען אין דער פּראָגראַם.

Graphic by Angelie Zaslavsky
צוליב דעם וואָס מע קען הײַיאָר זיך ניט פֿאַרזאַמלען דעם 19טן אַפּריל בײַם „שטיין“ אין ריווערסײַד־פּאַרק לזכּרון די קעמפֿער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, אָרדנט דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס בשותּפֿות מיטן אַרבעטער־רינג, דעם בונד און דעם ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט אײַן אַ דיגיטאַלישע הזכּרה־אַקאַדעמיע. די פּראָגראַם, וואָס מע וועט גלײַכצײַטיק טראַנסמיטירן אויף „פֿייסבוק“ און „זום“, וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 19טן אַפּריל, 1 אַ זייגער נאָך מיטאָג.
די הויפּטרעדנער וועלן זײַן ד׳׳ר דוד פֿישמאַן, דער מחבר פֿונעם בוך „די ביכער־שמוגלער“ וועגן „דער פּאַפּירענער בריגאַדע“, און ד׳׳ר יאַנקל דזשייקאָבס, אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿונעם בונד. עס וועלן אויך אָנטייל נעמען די פּאָעטעסע אירענאַ קלעפּפֿיש, וועמענס פֿאָטער, מיכאל קלעפּפֿיש, איז אומגעקומען, קעמפֿנדיק אינעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד און וואָס איז אַליין געבוירן געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ; די מוזיקער און זינגער זלמן מלאָטעק, דזשאָען באָרץ, מיידע פֿײַנגאָלד און אַ גרופּע קינדער פֿון די ”אַרבעטער־רינג“־שולן. דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּראָגראַם וועט זײַן ד׳׳ר מאַרסעל (מאיר) קשענסקי.
צוליב דער איצטיקער מגפֿה וועט דער מעלבורנער בונד אויך טראַנסמיטירן זײַן הזכּרה־אַקאַדעמיע דורך פֿייסבוק. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
