plasma-donate-orthodox-jews-coronavirus by the Forward

טויזנטער פֿרומע ייִדן שענקען פּלאַזמע צו העלפֿן די קאָראָנאַ־געליטענע

Thousands of Orthodox Jews donating blood plasma to help Covid-19 patients

Image by Chaim Lebovits

לאַנג איידער ס׳רובֿ מענטשן האָבן אָנגעהויבן רעדן וועגן בלוטפּלאַזמע, האָט ד׳׳ר שמואל שוהם זיך שוין געכאַפּט, אַז דאָס בלוט פֿון די, וואָס האָבן זיך אויסגעהיילט פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, וואָלט געקענט העלפֿן די פּאַציענטן, וואָס זענען איצט קראַנק. ווי אַ דאָקטער בײַם „דזשאָנס־האָפּקינס־שפּיטאָל“ וואָס איז אַ מומחה אין אינפֿעקציעס, וואָס שטעקן אָן פּאַציענטן נאָך דעם ווי זיי האָבן באַקומען איבערגעפֿלאַנצטע אָרגאַנען, האָט ער גלײַך געוווּסט, פֿון וואַנען ער קען קריגן אַזאַ בלוטפּלאַזמע.

ער האָט אָנגעקלונגען זײַן חבֿר חיים לעבאָוויטש, אַ פֿרומער שיכהענדלער אין מאָנסי, ניו־יאָרק, וואָס פֿירט אָן מיט פֿאַרשידענע חסיד־פּראָיעקטן, און אים געבעטן איבערצײַגן אויסגעהיילטע פֿונעם ווירוס צו שענקען זייער פּלאַזמע.

ד׳׳ר שוהם האָט געוווּסט, אַז די פֿרומע ייִדן האָבן געליטן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס פֿאַר ס׳רובֿ אַמעריקאַנער און געהאָפֿט, אַז לעבאָוויטש וואָלט אים געקענט אַרויסהעלפֿן בײַם געפֿינען ייִדן, וואָס ווילן שענקען בלוט, מע זאָל דערפֿון אַרויסנעמען די „אַנטיקערפּער“ — יענע צעלן, וואָס די אימון־סיסטעם שאַפֿט בײַם באַקעמפֿן אַ קרענק. אַז מע גיט אַ קראַנקן אַזאַ בלוטפּלאַזמע, קען עס אים אַליין העלפֿן צו באַקעמפֿן דעם ווירוס.

„איך האָב זיך אָבער ניט געריכט, אַז ער (לעבאָוויטש) וואָלט ממש אַוועקגעלייגט אַלצדינג אויף אַ זײַט און זיך איבערגעבן מיט לײַב און לעבן דעם פּראָיעקט“, האָט ד׳׳ר שוהם געזאָגט.

לעבאָוויטש האָט ממש געקערט וועלטן אַרײַנצוברענגען מענטשן אין זײַן שליחות. די קאַמפּאַניע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן גאַנץ באַשיידן, נעמט איצט אַרײַן שפּיטאָלן אין עטלעכע שטאַטן, בלוט־בענק, און עסקנים פֿון פֿאַרשידענע פֿרומע קהילות, אַרײַנגרעכנט חסידישע געגנטן ווי ניו־סקווער, מאָנסי, וויליאַמבסורג און באָראָ־פּאַרק, מתנגדישע צענטערס ווי לייקוווּד, און מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון ניו־ראָשעל, וואָס איז געווען דער עשטער ייִדישער ציבור אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו לײַדן פֿונעם ווירוס. ביז אַהער האָבן 3,000 ייִדן געשאָנקען בלוטפּלאַזמע און נאָך 6,000 האָבן דורכגעמאַכט טעסטן כּדי צו זען, צי זיי זענען פּאַסיקע קאַנדידאַטן.

„די פּלאַזמע איז ניט בלויז לטובֿת פֿרומע ייִדן צי לטובֿת ייִדן בכלל, נאָר פֿאַר אַלע, וואָס נייטיקן זיך אין דעם“, האָט לעבאָוויטש דערקלערט. „מיר פֿרומע ייִדן האַלטן פֿון פּיקוך־נפֿש, אַז מע האָט אַ חובֿ אויפֿצוהאַלטן דאָס לעבן און צו ראַטעווען מענטשן און העלפֿן וויפֿל מע קען נאָר“.

צוויי חשובֿע פּוסקים האָבן שוין גוטגעהייסן די קאַמפּאַניע. הרבֿ ישׂראל רײַסמאַן און הרבֿ ראובֿן פֿײַנשטיין האָבן דערמוטיקט ייִדן צו שענקען פּלאַזמע און אַפֿילו געפּסקנט, אַז צוליב פּיקוח־נפֿש מעג מען פֿירן אַן אויטאָ אום שבת און יום־טובֿ, כּדי דאָס צו טאָן.

די וואָך זענען 120 חסידים פֿון ניו־סקווער און מאָנסי געפֿאָרן אַזש קיין דעלאַווער, כּדי דאָרטן צו שענקען פּלאַזמע. צווישן זיי — לעבאָוויטשס 18 יעריקן זון. לעבאָוויטש האָפֿט, אַז מער ווי 45,000 מענטשן פֿון ניו־יאָרק און אומגעגנט וועלן שענקען פּלאַזמע.

ניט בלויז אום פּסח האָט לעבאָוויטש געאַרבעט. פֿאַראַכטאָגן איז זײַן ברודער יצחק געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין עלטער פֿון 47 יאָר. זינט דעמאָלט אַרבעט ער אַנשטאָט צו זיצן שבֿעה.

„ווען איך האָב זיך געטראָפֿן מיט אים צום לעצטן מאָל, האָט ער מיך געבעטן אַז וואָס עס זאָל מיט אים געשען, טאָר איך בשום־אופֿן נישט אויפֿהערן מיט דער אַרבעט“, האָט לעבאָוויטש געזאָגט. די קאַמפּאַניע טראָגט איצט זײַן ברודערס נאָמען.

ווען דער מצבֿ וועט זיך באַרויִקן, האָט לעבאָוויטש געזאָגט, וועט ער אָפּשטעלן זײַן שליחות און טרויערן אויף זײַן ברודער. אָבער דערווײַל אַרבעט ער ווײַטער.

„איך האַלט אַז איך האָב ניט קיין רעכט צו זײַן עגאָיִסטיש, ווען אַנדערע מענטשנס לעבנס זענען אין אַזאַ סכּנה“.

טויזנטער פֿרומע ייִדן שענקען פּלאַזמע צו העלפֿן די קאָראָנאַ־געליטענע

Your Comments

The Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. All readers can browse the comments, and all Forward subscribers can add to the conversation. In the interest of maintaining a civil forum, The Forward requires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not and will be deleted. Egregious commenters or repeat offenders will be banned from commenting. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and the Forward reserves the right to remove comments for any reason.

Recommend this article

טויזנטער פֿרומע ייִדן שענקען פּלאַזמע צו העלפֿן די קאָראָנאַ־געליטענע

Thank you!

This article has been sent!

Close