אַ גרינגער אופֿן זיך צו לערנען אַ ביסל ייִדישAn easy way to learn a little Yiddish
די טאָג־טעגלעכע סעריע, אָנגעפֿירט פֿון דער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער, באַקענט דעם ברייטן עולם מיט ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן.

Image by Forverts
בשעת אַלע זענען צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס נאָך פֿאַרשפּאַרט בײַ זיך אין דער היים, האָט דער פֿאָרווערטס באַשלאָסן צו לאַנצירן אַ נײַע סעריע ווידעאָס ”אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג„.
די סעריע, אָנגעשריבן און פּרעזענטירט דורך דער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער, שטרעבט צו באַקענען מענטשן וואָס קענען ניט קיין ייִדיש מיט טאָגטעגלעכע ווערטער און אויסדרוקן, ווײַזנדיק זיי ווי מע רעדט זיי אַרויס און ווען מע ניצט זיי.