ווידעאָ: פּורים־בדחנות מיט מיכל יאַשינסקיWATCH: Purim comedy with Mikhl Yashinsky
דער אַקטיאָר און זינגער שטעלט פֿאָר אַ ריי וויצן און לידער וועגן פֿיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
גלײַך איידער ניו־יאָרק איז פֿאַרשלאָסן געוואָרן צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס האָט מען בײַם „שלום־עליכם־צענטער“ אין בראָנקס געפּראַוועט פּורים. דער אַקטיאָר, זינגער, דראַמאַטורג און טעאַטער־רעזשיסאָר מיכל יאַשינסקי האָט דערבײַ פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט פּורים־בדחנות וועגן פֿיש. פֿאַר וואָס פֿיש? ווי ער דערקלערט, איז דער חודש אָדר פֿאַרבונדן מיטן מזל, דגים; דאָס הייסט — פֿיש, דער עקוויאַוועלנט פֿונעם רוימישן pisces (דאָס שטערנבילד איז אויך דאָס זעלביקע און חודש אָדר מיט דגים פֿאַלן אויס מער־ווייניקער אין דער זעלביקער צײַט ווי Pisces).
יאַשינסקי, אָדער פֿישל פֿישזאָן ווי ער שטעלט זיך פֿאָר, זינגט פֿערזן פֿון עטלעכע באַקאַנטע לידער, נאָר דווקא בלויז יענע טיילן וואָס רעדן פֿון פֿיש. ער דערציילט דערבײַ עטלעכע וויצן און טרײַבט קאַטאָוועס וועגן אַנומלטיקע געשעענישן אויף דער ייִדישיסטישער גאַס. ווי אַלע גוטע בדחנים, מאַכט ער אַ ביסל חוזק פֿון זיך אַליין.
לאָמיר האָפֿן, אַז באַלד וועלן מיר ווידער קענען געניסן פֿון אַזאַ געניטן בדחנות, דאָס מאָל — פּנים־אל־פּנים.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
