ייִדיש־קאָכפּראָגראַם לכּבֿוד שבֿועות אויף „זום“, מיט איוו יאָכנאָוויץYiddish cooking show for Shavuos with Eve Jochnowitz to be livestreamed
די קיכפֿאָרשערין וועט ווײַזן ווי מע מאַכט יאָגורט־ביסקוויטן און אַ פֿאַסאָליע־זופּ .

Graphic by Angelie Zaslavsky
מאָנטיק, דעם 25סטן מײַ, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט די באַקאַנטע קעכין און קיכפֿאָרשערין, איוו יאָכנאָוויץ, אָנפֿירן מיט אַ קאָכפּראָגראַם, „נחמה־פּאָטראַוועס אין קאַראַנטין־צײַט“, וואָס מע וועט טראַנסמיטירן אויף דער פֿאָרווערטס פֿייסבוק־זײַט דורך זום.
יאָכנאָוויץ, אַ פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער קולינאַרער געשיכטע וואָס איז באַקאַנט די פֿאָרווערטס־לייענער ווי די מיט־אָנפֿירערקע, אין איינעם מיט דער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין, שׂרה־רחל שעכטער, פֿון דער קאָכפּראָגראַם „עסט געזונטערהייט“, וועט צוגרייטן ביסקוויטן געמאַכט פֿון יאָגורט, און פֿאַסאָלאַדאַ, אַ גריכישע זופּ געמאַכט פֿון פֿאַסאָליעס.
כּדי צו זען די פּראָגראַם מאָנטיק, אָדער אים קוקן נאָך דעם וואָס ער ווערט טראַנסמיטירט, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
