פּרעמיערע: קאָמפּאָזיציעס פֿון קלאַסישער מוזיק אינספּירירט פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידערPremiere: Classical music compositions inspired by Yiddish folksongs
צווישן זיי קאָמפּאָזיציעס אויפֿן סמך פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים“, „מײַן ייִנגעלע“, און „פֿרעגט די וועלט אַן אַלטע קשיא“.

Image by Yivo Institute for Jewish Research
פֿאַראַיאָרן יוני האָט אַלעקס ווײַזער, דער דירעקטאָר פֿון עפֿנטלעכע פּראָגראַמען בײַם ייִוואָ, און אַליין אַ פּרעמירטער קאָמפּאָזיטאָר, געבעטן פֿיר אָנגעזעענע קאָמפּאָזיטאָרן צו שאַפֿן מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס אויפֿן סמך פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. די וואָך האָט געזאָלט פֿאָרקומען אַ פּרעמיערע פֿון די פֿיר קאָמפּאָזיציעס, ווי אויך ווײַזערס אַ נײַ ווערק, בעת אַ קאָנצערט בײַם ייִוואָ. צוליב דער קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע וועט די פּראָגראַם אָבער זײַן אַ דיגיטאַלישע און מע וועט טראַנסמיטירן ווידעאָס, אין וועלכע די מוזיקער שפּילן זייערע שאַפֿונגען.
די פּראָגראַם, „דאָס אָנגייענדיקע עוואָלוציע: דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד אין דער קלאַסישער מוזיק“, וועט טראַנסמיטירט ווערן אויף פֿייסבוק און יוטוב דינסטיק, דעם 30סטן יוני, 4 אַ זייגער נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. כּדי צו זען די פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ.
אינעם קאָנצערט, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט ווי אַ טייל פֿון דער „סעריע קאָנצערטן פֿאַר יונגע אַרטיסטן אויפֿן נאָמען פֿון סידני קרום“, וועט מען צום ערשטן מאָל פֿאָרשטעלן די אָ נײַע קאָמפּאָזיציעס:
„אונטער שׂרהלעס וויגעלע“ אויפֿן סמך פֿונעם פֿאָלקסליד „אונטער ייִדעלעס וויגעלע“, געשאַפֿן פֿון יהודית שאַטין.
אַ קאָמפּאָזיציע אינספּירירט פֿון איציק מאַנגערס „אופֿן וועג שטייט אַ בוים“, געשאַפֿן פֿון מאַרטין ברעזניק.
אַ נײַער נוסח פֿון מאָריס ראָזענפֿעלדס „מײַן ייִנגעלע“, געשאַפֿן פֿון מאַרטי עפּשטיין
„די אַלטע קשיא“ אויפֿן סמך פֿונעם פֿאָלקסליד „פֿרעגט די וועלט אַן אַלטע קשיא“, געשאַפֿן פֿון אַלעקס ווײַזער
אַקאָמפּאָזיציע אויפֿן סמך פֿונעם פֿאָלקסליד „זײַט געזונט“, געשאַפֿן פֿון אַהרן קערניס.
די נײַע קאָמפּאָזיציעס וועלן אויפֿגעפֿירט ווערן דורכן אַנסאַמבל „קאַנטאַנאַ פּראָפֿאַנאַ“. עס וועלן אויפֿטרעטן די זינגער אַני ראָזען און עמילי דאָנאַטאָ, דער פֿידלער דזשייקאָב אַשוואָרט און דער פּיאַניסט דניאל שלאָסבערג.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו לייענען דאָס פּראָגראַם־ביכל, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
