נײַ קעסטל־רעטעניש — דעם 1טן יולי 2020New Forverts crossword puzzle – July 1, 2020
צווישן די טעמעס: ווערטער פֿאַרבונדן מיט פֿייגל, דעם זומער און וואַסער.

Image by www.crauswords.com
מיט אַ חודש צוריק האָט דער פֿאָרווערטס אײַנגעפֿירט די ערשטע דיגיטאַלישע ייִדיש־שפּראַכיקע קעסטל־רעטעניש־פּלאַטפֿאָרמע אויף דער וועלט.
זינט מע האָט לאַנצירט די פּלאַטפֿאָרמע מיט דער הילף פֿון מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט און דעם פּראָגראַמוואַרג־שאַפֿער דזשאָן סטיווענס, האָט מען זי באַזוכט מער ווי 1,500 מאָל.
דאָס נײַסטע רעטעניש, וואָס געפֿינט זיך דאָ, נעמט אַרײַן, צווישן אַנדערע טעמעס, ווערטער וועגן וואַסער, פֿייגל און דעם זומער.