נאָך לאַנגיאָריקן קאַמף באַקומען פֿרומע פֿרויען־מעדיקער רעכט צו פֿירן אַמבולאַנסAfter years of lobbying, Orthodox female EMTs granted ambulance permit
די גרופּע „עזרת נשים“ באַדינט פֿרומע ייִדישע טעכטער, וואָס ווילן גיכער באַהאַנדלט ווערן דורך פֿרויען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
נאָך יאָרן פֿון ראַנגלענישן, האָט „עזרת־נשים“, אַ גרופּע ברוקלינער פֿרויען וואָס דינען דעם פֿרומען עולם ווי נויטפֿאַל־טעכניקערינס, באַקומען דאָס רעכט אָנצופֿירן מיט אַן אייגענעם אַמבולאַנס. דער „ניו־יאָרקער ראָט פֿאַר נויטפֿאַל־מעדיצינישע באַדינונגען“ האָט דאָנערשטיק פֿאָרמעל איבערגעגעבן „עזרת־נשים“ די דערלויבעניש. פֿאַראַיאָרן האָט אַ צווייטער ניו־יאָרקער מעדיצינישער ראָט אָפּגעוואָרפֿן „עזרת נשימס“ פֿאַרלאַנג.
„מיר האָפֿן, אַז דאָס איז שוין דער סוף פֿון דעם לאַנגן וועג“, האָט געזאָגט לאה פֿרײַער־לעווין, די דירעקטאָרין פֿון קירובֿ און געלט־שאַפֿערײַ בײַ ”עזרת נשים“. ”מיר פֿרייען זיך מיט דער גוטער בשׂורה. שוין אַזוי לאַנג וואָס מיר חלומען וועגן דעם.“ ”עזרת־נשים“, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 2014, איז אַ קעגנטייל פֿון „הצלה“, דעם לאַנגיאָריקן פֿרומען אַמבולאַנס־קאָרפּוס, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך מענער.
צווישן די גרינדערינס פֿון „עזרת־נשים“ איז די ריכטערין רוחי פֿרײַער, די ערשטע חסידישע פֿרוי אין אַמעריקע דערוויילט צו ווערן צו אַ פּאָליטישן אַמט. זי איז די מאַמע פֿון לאה פֿרײַער־לעווין.
„ עזרת־נשים“ האָט מען געשאַפֿן דערפֿאַר, וואָס אַ סך פֿרומע פֿרויען ווילן, צוליב צניעות, ניט באַהאַנדלט ווערן דורך מעדיצינישע טעכניקער, נאָר דורך טעכניקערינס. „עזרת נשים“ האָט 40 וואָלונטירינס און איז שוין אַקטיוו אין באָראָ־פּאַרק און פֿלאַטבוש, נאָר אירע טעטיקייטן זענען געווען שטאַרק באַגרענצט צוליב דעם, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט ניט געהאַט קיין דערלויבעניש אָנצפֿירן מיט אַן אַמבולאַנס.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
