הערט זיך צו: „דער אתרוג“ פֿון שלום־עליכםListen: “The Esrog’’ by Sholem Aleichem
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט לייענט פֿאָר די דערציילונג וועגן אַ ייִנגל, וואָס האָט שטאַרק חשק צו האָבן אַן אייגענעם אתרוג, נאָר לאוו־דווקא צום בענטשן.

Image by Getty Images
די „ייִדיש־ליגע“ האָט די וואָך, לכּבֿוד סוכּות, אַרויסגעלאָזט אַ רעקאָרדירונג פֿון שלום־עליכמס דערציילונג „דער אתרוג“, ווי די פֿיפֿטע אין דער סעריע, „הערט אַ מעשׂה“. עס לייענט פֿאָר גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.
במשך פֿון 20 יאָר האָט שלום־עליכם אָנגעשריבן מער ווי הונדערט דערציילונגען וועגן די יום־טובֿים, וואָס מע האָט געדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע. געוויסע פֿון זיי זענען באַלד פֿאַרגעסן געוואָרן. אַנדערע, אַזוי ווי „דער אתרוג“ און „שוין איין מאָל אַ סוכּה“, זענען יאָר אײַן יאָר אויס איבערגעדרוקט געוואָרן אין פֿאַרשידענע זאַמלונגען פֿונעם גרויסן מחברס ווערק.
אין „דער אתרוג“, וואָס שלום־עליכם האָט אָנגעשריבן אין 1902, דערציילט אַ חדר־ייִנגל, לייבל, פֿאַר וואָס ער וויל אַזוי שטאַרק האָבן אַן אייגענעם אתרוג. אַזוי ווי בײַ עטלעכע אַנדערע פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות וועגן קינדער, גלוסט זיך דאָס ייִנגל אַ חפֿץ פֿאַרבונדן מיט אַ יום־טובֿ, לאוו־דווקא צוליב די זעלביקע סיבות ווי בײַ די דערוואַקסענע. די מעשׂה קען מען לייענען דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
