ייִדישער מוזיק־פֿאַרמעסט ציט צו 136 נײַע לידער און מוזיק־ווידעאָסYiddish music contest receives 136 new songs and music videos
די לידער האָבן אַרײַנגעשיקט זינגער און מוזיקער פֿון 22 לענדער, אַרײַנגערעכנט אַמעריקע, בראַזיל און רוסלאַנד.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין יולי האָט דער פֿאָרווערטס געשריבן, אַז דער בראַזילאַנער קלעזמער־פֿעסטיוואַל „קלעזטיוואַל“ אָרגאַניזירט אַ זינגקאָנקורס, „די באָבע־פּרעמיעס“, כּדי צו אָנערקענען די בעסטע ייִדישע מוזיק געשאַפֿן אינעם יאָר 5780.
זינט דעמאָלט האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן באַקומען נישט ווייניקער ווי 136 לידער און ווידעאָס פֿון 22 לענדער. צווישן זיי האָט די זשורי בײַ „קלעזטיוואַל“ אויסגעקליבן 30 פֿינאַליסטן, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר צען לידער אין יעדער קאַטעגאָריע. די פֿינאַליסטן וועלן טראַנסמיטירט ווערן אָנלײַן ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל.
שבת, דעם 17טן אָקטאָבער, 7:30 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען ווײַזן די צען מוזיק־ווידעאָס וואָס די דשורי האָט געהאַלטן פֿאַר די סאַמע בעסטע.
זונטיק, דעם 18טן אָקטאָבער, 6:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען טראַנסמיטירן די צען נאָמינירטע אָריגינעלע ייִדישע לידער.
מאָנטיק, דעם 19טן אָקטאָבער, 7:30 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען קענען הערן די צען נאָמינירטע קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס.
שבת, דעם 24סטן אָקטאָבער, 7:30 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען מעלדן די געווינער בשעת דער צוטיילונג־צערעמאָניע. די הויפּט־געווינער וועלן באַקומען $1,000.
אין צוזאַמענהאַנג מיט „קלעזטיוואַל“, אָרגאַניזירט מען אַן אינטערנאַציאָנאַלן קינדער־נוסח פֿון פּאָלינאַ שעפּהערדס אָנלײַן זינגפּראָגראַם „סטעפּ־פֿאָרווערטס“. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 18טן אָקטאָבער, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועלן אויפֿטרעטן צוועלף קינדער אין עלטער פֿון דרײַ ביז זעכצן יאָר פֿון אַמעריקע, ישׂראל, אונגערן, אוקראַיִנע, דײַטשלאַנד, בראַזיל און רוסלאַנד מיט געזאַנג. די פּראָגראַם ווערט אונטערגעשטיצט דורך דער קאַנאַדער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון יעקבֿ זיפּער און שלמה ווײַסמאַן לטובֿת דער ייִדישער קולטור“ און דורך דער רוסישער קאָנצערט־סעריע „שלום־עליכם־גאַלאַ“. הגם די פּראָגראַם וועט געפֿירט ווערן אויף רוסיש און ענגליש, וועט מען זינגען בלויז אויף ייִדיש.
כּדי צו זען די פֿולע רשימה קאָנצערטן וואָס מע וועט טראַנסמיטירן ווי אַ טייל פֿון „קלעזטיוואַל“, גיט אַ קוועטש דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
