אינטערנאַציאָנאַלער קאָנקורס פֿאַר נײַע ייִדישע לידער און קלעזמער־מוזיקInternational contest for Yiddish song and klezmer music
דער בראַזיליאַנער פֿעסטיוואַל „קלעזטיוואַל“ וועט צוטיילן פּרעמיעס ביז $1,000 פֿאַרן בעסטן נײַ־געשאַפֿענעם ייִדישן ליד.

Image by Kleztival
דער בראַזילאַנער פֿעסטיוואַל „קלעזטיוואַל“ — דער גרעסטער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק אין דרום־אַמעריקע — לאַנצירט הײַיאָר אַן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס, „די באָבע־פּרעמיעס“, וואָס וועט אָנערקענען דאָס בעסטע נײַע ייִדישע ליד, די בעסטע נײַע קלעזמער־קאָמפּאָזיציע און דעם בעסטן נײַעם ייִדישן מוזיק־ווידעאָ.
די פּרעמיעס וועלן צוגעטיילט ווערן בשעתן פֿעסטיוואַל „קלעזטיוואַל“, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 17טן ביזן 26סטן אָקטאָבער.
די דירעקטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, די סאַן־פּאַולער זינגערין און קאָמפּאָזיטאָרין ניקאָל באָרגער, האָט געזאָגט: „ווי קען מען שאַפֿן נײַע ייִדישע לידער און קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס ווען אַלע זענען פֿאַרשפּאַרט בײַ זיך אין דער היים? אַוודאי מיט אַ קאָנקורס! מיר האָפֿן, אַז אַרטיסטן און מוזיקער פֿון איבער דער וועלט וועלן זײַן פּונקט אַזוי באַגײַסטערט ווי מיר.“ דער קאָנקורס איז אָפֿן פֿאַר אַלע, און די אָרגאַניזירער האָפֿן דורך אים צו דערמוטיקן דעם עולם צו שאַפֿן ייִדישע לידער און קלעזמער־מוזיק.
פֿאַרן קאָנקורס וועט מען בלויז באַטראַכטן יענע ווערק, וואָס מע האָט געשאַפֿן במשך פֿונעם יאָר 5780 (סעפּטעמבער 2019 ביז אויגוסט 2020). דאָס ליד קען זײַן פֿילשפּראַכיק, אָבער מוז אַרײַננעמען אַ סטראָפֿע צי רעפֿרען אויף ייִדיש. די מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס מוזן זײַן אײַנגעפֿונדעוועט אין דער קלעזמער־טראַדיציע, ניצנדיק ייִדישע גאַמעס, טעמעס און ריטעם. די נײַע מוזיק־ווידעאָס קענען אַרײַננעמען סײַ אַלטע, סײַ נײַע לידער פֿון וועלכן זשאַנער עס זאָל ניט זײַן, אַבי דער ווידעאָ אַליין איז געשאַפֿן געוואָרן אינעם יאָר 5780.
די געווינער וועלן אויסגעקליבן ווערן סײַ דורך אַ זשורי, סײַ דורך אַ פּאָפּולערער אָפּשטימונג. מע וועט אויך צוטיילן פּריזן פֿאַר די בעסטע ווערק פֿון לאַטײַן־אַמעריקע. די געווינער וועלן באַקומען פּרײַזן פֿון $200 ביז $1,000.
לידער, קאָמפּאָזיציעס און ווידעאָס קען מען אַרײַנשיקן ביזן 31סטן אויגוסט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.