ווידעאָ: אַרקאַדי גענדלער זינגט אַ קלאָגליד וועגן אָרעמקייטWATCH: Arkady Gendler performs a poor man’s lament
זעליק בערדיטשעווערס „דוינע“ ווערט באַגלייט פֿון צוויי פֿידלער— מיישקע אַלפּערט און וולאַדימיר גויכמאַן — וואָס האַרמאָניזירן אויפֿן אַלטן שטייגער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
בעסעראַביע האָט אַ ספּעציעל רײַכע מוזיקאַלישע קולטור. צווישן די באַרימטסטע פֿאָלקספּאָעטן פֿון יענעם טייל ייִדישלאַנד איז געווען זעליק בערדיטשעווער (1903־1937), אַ פּאָפּולערער קאָמפּאָזיטאָר און זינגער וואָס האָט געהאַט אַ קורץ טראַגיש לעבן. בערדיטשעווער האָט געשאַפֿן אַ ריי פֿאָלקסטימלעכע לידער, אַרײַנגערעכנט זײַן טרויעריק ליד „דוינע‟, וואָס שפּיגלט אָפּ די שוועריקייטן און אומעט וואָס אַ סך ייִדן האָבן דורכגעמאַכט אין בעסעראַביע בעת די 1930ער יאָרן, ווען די עקאָנאָמישע צרות האָבן גורם געווען אַ טיפֿן הונגער און נויט.
צווישן די לעצטע אַקטיווע זינגער וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין בעסעראַביע אין יענע יאָרן איז געווען דער אומפֿאַרגעסלעכער אַרקאַדי גענדלער, וואָס איז געוואָרן אַ שטערן אין דער קלעזמער־וועלט ערשט אין די 1990ער און 2000ער יאָרן.
אין 2005 איז גענדלער אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט אין פּעטערסבורג בײַם אָרטיקן „קלעזפֿעסט“, צוזאַמען מיט די פֿידלער מיישקע אַלפּערט און וולאַדימיר גויכמאַן ז׳׳ל. להיפּוך צום מער באַקאַנטן הײַנטיקן קלעזמער־סטיל, אין וועלכן אַ פֿידלער שפּילט די הויפּטראָלע אינעם אַנסאַמבל, שפּילן אַלפּערט און גויכמאַן אויפֿן אַלטן שטייגער, אין וועלכן די פֿידלער באַגלייטן אַ זינגער און האַרמאָניזירן מיט אים. גויכמאַן איז לעצטנס אַוועק אין דער אייביקייט און איך האָב זיך דערוווּסט וועגן אָט דער רעקאָרדירונג צוליב דעם, וואָס מע האָט פֿאַרשפּרייט דעם ווידעאָ אין זײַן אָנדענק
גענדלערס נוסח פֿון בערדיטשעווערס „דוינע“ ווערט הײַנט אויך געזונגען דורך אַנדערע זינגער ווי מע קען הערן דאָ אין בענדזשי פֿאָקס־ראָזענס אויסערגעוויינטלעכן נוסח.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
