לעקציעס אויף ייִדיש וועגן משפּחה־נעמעןLectures in Yiddish on Jewish surnames
בנימין שעכטער וועט איבערגעבן די פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי ייִדן האָבן געשאַפֿן משפּחה־נעמען און דערקלערן דעם באַטײַט פֿון עטלעכע באַקאַנטע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק“, וואָס וועט הײַיאָר פֿאָרקומען פֿונעם 26סטן ביזן 30סטן דעצעמבער, וועט בנימין שעכטער האַלטן צוויי לעקציעס אויף ייִדיש וועגן משפּחה־נעמען בײַ ייִדן.
אין די סעסיעס, וואָס וועלן פֿאָרקומען זונטיק, דעם 27סטן דעצעמבער און מאָנטיק, דעם 28סטן דעצעמבער, פֿון 11:15 אין דער פֿרי ביז 12:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט ער איבערגעבן די געשיכטע פֿון אַשכּנזישע משפּחה־נעמען און דערקלערן וואָס מע קען פֿון זיי זיך דערוויסן. ער וועט ווײַזן ווי אַזוי די נעמען פֿון פֿאַרשידענע באַרימטע פּערזענלעכקייטן שפּיגלען אָפּ דעם אופֿן ווי אַזוי ייִדן האָבן אײַנגעגלידערט און צוגעפּאַסט משפּחה־נעמען במשך פֿון די לעצטע 200 יאָר. ער וועט אויך דערקלערן ווי אַזוי ייִדן האָבן געשאַפֿן נעמען לויט זייערע פֿאַכן, די נעמען פֿון זייערע טאַטעס און מאַמעס, דעם אָרט פֿון וואַנען עס קומען זייערע אָבֿות, די ראָשי־תּיבֿות פֿאַר געזעלשאַפֿטלעכע ראָלעס און אַפֿילו צונעמענישן.
די אָנטיילנעמער מוזן זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ. טאָמער האָט איר פֿראַגעס בײַם רעגיסטרירן זיך, שרײַבט בנימין שעכטער.
בנימין שעכטער איז דער לאַנגיאָריקער דיריגענט פֿונעם „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר“, אַ פּיאַניסט און קאָמפּאָזיטאָר. דעם אינטערעס צו דער טעמע „ייִדישע משפּחה־נעמען“ האָט ער געירשנט פֿונעם טאַטן, דעם לינגוויסט מרדכי שעכטער ז׳׳ל.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
