שטאַט ניו־יאָרק פֿאָרשט אויס צי חסידישע געזונט־קליניקעס האָבן באַקומען דעם קאָראָנאַ־ווירוס־וואַקצין „דורך שווינדל“NY investigating Hasidic health clinics that may have ‘fraudulently’ obtained COVID-19 vaccines
די אָרגאַניזאַציע האָט באַקומען 3,500 דאָזעס און וואַקצינירט בערך 500 מענטשן, כאָטש דערווײַל מעגן בלויז שפּיטעלער און מושבֿ־זקנים געבן דעם וואַקצין.
אַ נעץ חסידישע געזונט־קליניקעס אין ברוקלין און „אָפּסטייט“־ניו־יאָרק ווערט אויסגעפֿאָרשט פֿאַרן געבן דעם קאָראָנאַ־ווירוס־וואַקצין צום ברייטן עולם.
דער ניו־יאָרקער שטאַטישער געזונט־קאָמיסיאָנער האָוערד צוקער האָט שבת אַנאָנסירט אַז די קליניק־נעץ „פּאַרקייר“ ווערט אויסגעפֿאָרשט, ווײַל זי האָט, אַ פּנים, באַקומען די וואַקצינען ”דורך שווינדל“ און געגעבן דאָזעס צום ברייטן עולם „להיפּוך צום פּלאַן פֿונעם שטאַט“.
דערווײַל מעגן בלויז געזונט־אַרבעטער און די וואָס וווינען אין אַ מושבֿ־זקנים באַקומען דעם וואַקצין. דערצו מעג מען די אײַנשפּריצונגען בלויז געבן אין שפּיטעלער און מושבֿ־זקנים.
די נײַעס־וועבזײַט „באָראָ־פּאַרק־24“ האָט אָבער דעם 21סטן דעצעמבער איבערגעגעבן, אַז „פּאַרקייר“ האָט באַקומען 3,500 דאָזעס פֿונעם „מאָדערנאַ“־וואַקצין און האָט פּלאַנירט דעם טאָג צו וואַקצינירן 500 מענטשן. דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון „פּאַרקייר“, גערי שלעזינגער, האָט געזאָגט „באָראָ־פּאַרק־24“, אַז די נעץ האָט באַקומען דערלויבעניש צו וואַקצינירן אירע פּאַציענטן, אָבער אַז דערווײַל וועט מען בלויז וואַקצינירן די, וואָס זענען עלטער פֿון 60 יאָר אָדער האָבן שוין מעדיצינישע פּראָבלעמען. דעם קומענדיקן טאָג האָט ער זיך געטיילט מיט אַ בילד אויף טוויטער, וואָס ווײַזט ווי ער באַקומט אַליין דעם וואַקצין.
„מיר נעמען דאָס אָן זייער ערנסט און דער געזונט־דעפּאַרטמענט וועט העלפֿן דער שטאַטישער פּאָליציי מיט איר קרימענעלער אויספֿאָרשונג איבער דעם ענין“, האָט צוקער געזאָגט אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע. „מע וועט מאָנען אַחריות פֿון יעדן איינעם וואָס האָט בכּיוון אָנטייל גענומען אין דעם פּלאַן אויף אַזוי ווײַט ווי די געזעצן דערלאָזן אונדז“.
„פּאַרקייר“ פֿירט אָן מיט זעקס קליניקעס, אַרײַנגערעכנט קליניקעס אין וויליאַמסבורג, באָראָ־פּאַרק און בענסאָנהורסט אין ברוקלין, און אין מאָנראָ, לעבן קרית־יואל. במשך פֿון דער פּאַנדעמיע האָבן אָט די חסידישע געגנטן באַקומען אַ סך אויפֿמערק, מחמת מע האָט דאָרטן דורכגעפֿירט גרויסע חתונות נישט געקוקט אויפֿן שטאַטישן פֿאַרווער קעגן דעם, און ווײַל אַ סך אײַנווינער האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון טראָגן מאַסקעס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor