אָנלײַן ווידעאָ־פּראָיעקט געווידמעט אײַדע מאַזעס קינדערלידערOnline video project dedicated to Ida Maze’s children’s poetry
די ייִדיש־לערערין שולי אלישבֿע וועט יעדן טאָג פֿאָרלייענען און זינגען אַ ליד, באַגלייט פֿון אַ נײַער מוזיקאַלישער קאָמפּאָזיציע.

Image by Yiddish Book Center
די ראָד־אײַלענדער ייִדיש־לערערין שולי אלישבֿע האָט לעצטנס לאַנצירט אַ ווידעאָ־פּראָיעקט געווידמעט אײַדע מאַזעס קינדער־פּאָעזיע. יעדן טאָג אַחוץ שבת און יום־טובֿ וועט זי פֿאָרלייענען נאָך אַ ליד פֿון מאַזעס זאַמלונג, „וואַקסן מײַנע קינדערלעך“ און זינגען דאָס ליד באַגלייט פֿון אַן אָריגינעלער מוזיקאַלישער קאָמפּאָזיציע.
די ווידעאָס וועט מען קענען זען דורך איר יוטוב־קאַנאַל.
אײַדע מאַזע איז געווען אַ באַרימטע פּערזענלעכקייט אויף דער ייִדישער גאַס אין מאָנטרעאָל, וווּ איר דירה האָט געדינט פֿאַר אַ ליטעראַרישן סאַלאָן פֿאַר אַלע ייִדישע פּען־מענטשן. ווי אַ פּאָעטעסע איז זי קודם באַקאַנט פֿאַר אירע לידער וועגן קינדער. ווי עס שטייט אין איר הקדמה צו דער זאַמלונג „וואַקסן מײַנע קינדערלעך“, האָט זי מיט אירע לידער פּרובירט צו געבן דער צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט לידער וואָס זיי זאָלן קענען הנאה האָבן דערפֿון און דערבײַ זיך עפּעס אויסלערנען. און ס׳איז איר טאַקע געלונגען. מע קען, למשל, הערן אין אָט דער רעקאָרדירונג, ווי קינדער פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדישע זונטיקשולן לייענען אַליין פֿאָר אײַדאַ מאַזעס לידער.
שולי אלישבֿע איז אַ ייִדישע לערערין, קאָמפּאָזיטאָרין און פּאָעטעסע. זי איז אויך אַן עקספּערטין אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק און האָט לעצטנס באַקומען איר דאָקטאָראַט אין היסטאָרישער מוזיקאָלאָגיע פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. זי האָט געשריבן איר טעזיס וועגן דעם פֿידל־שפּילער און קאָמפּאָזיטאָר יוסף אַחרון.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief