קורס וועט ווײַזן, אויף ייִדיש, ווי צו מאַכן פּסחדיקע מאכלים פֿאַר ספּעציעלע דיעטעסCourse will teach, in Yiddish, how to prepare Passover dishes for specific diets
איוו יאָכנאָוויץ וועט ווײַזן ווי מע קען צוגרייטן די פּאָפּולערע יום־טובֿדיקע געריכטן אויף אַ מער געזונטן אופֿן.

Image by Workers Circle
איוו יאָכנאָוויץ, אַן עקספּערטין פֿון דער ייִדישער קיך, האָט אָנגעזאַמלט אַ ים מיט רעצעפּטן, לויט וועלכע מע קען קאָכן די ייִדישע מאכלים אויף אַ מער געזונטן אופֿן.
כּדי צו ווײַזן דעם עולם ווי אַזוי צוצוגרייטן פּסחדיקע געריכטן צוגעפּאַסט פֿאַר ספּעציעלע דיעטעס, וועט זי לערנען אַ קלאַס אויף ייִדיש דורכן „אַרבעטער־רינג“. דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן פֿיר מאָל דורך „זום“, יעדן מיטוואָך 1:00 ביז 2:30 נאָכמיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, פֿונעם 3טן ביזן 24סטן פֿעברואַר. דער שׂכר־לימוד איז $120 פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „אַרבעטער־רינג“ און $150 פֿאַרן ברייטן עולם.
ווי יאָכנאָוויץ גיט איבער אין דער באַשרײַבונג פֿונעם קורס, זענען די פּסחדיקע מאכלים זייער שווער צו מאַכן פֿאַר די, וואָס זענען וועגאַנער אָדער קענען ניט עסן קיין גלוטען אָדער מילכיקע פּראָדוקטן. אַ דאַנק דעם וואָס זי פֿאָרשט שוין אַ יאָרצענדליק די געשיכטע פֿון וועגעטאַרישקייט בײַ ייִדן, ווייסט יאָכנאָוויץ ווי אַזוי ייִדן אין דער אַלטער היים האָבן זיך אַן עצה געגעבן מיטן צוגרייטן יום־טובֿדיקע מאכלים וואָס זענען סײַ באַטעמט, סײַ פּאַסיק פֿאַר די וואָס האַלטן זיך בײַ באַגרענעצטע דיעטעס.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
איוו יאָכנאָוויץ איז די ענגלישע איבערזעצערין פֿון פֿאַני לעוואַנדאָס „וועגעטאַריש־דיעטישער קאָכבוך“, וואָס איז לכתּחילה אַרויס אין ווילנע אין 1938. זי פֿירט אָן מיט אַ קאָכבלאָג אויף ייִדיש און ענגליש, „אין מויל אַרײַן“ און איז די מיט־אָנפֿירערין פֿון דער קאָכפּראָגראַם „עסט געזונטערהייט“, וואָס ווערט פּראָדוצירט דורכן פֿאָרווערטס.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
