אינטענסיווע ייִדיש־פּראָגראַם פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ אָנלײַןIntensive online Yiddish program through Argentinian YIVO
די קורסן נעמען אַרײַן אָנהייבער־קלאַסן און אַוואַנסירטע סעמינאַרן וועגן דער ייִדישער פּאָעזיע און ווילנע אין דער ייִדישער ליטעראַטור.

Graphic by Angelie Zaslavsky
צום צווייטן מאָל אַרגאַניזירט דער בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ אַן אינטענסיווע ייִדיש־פּראָגראַם אָנלײַן צוזאַמען מיטן „נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט פֿונעם דריטן פֿעברואַר“ („אונטרעף“). די קלאַסן, וואָס וועלן זיך טרעפֿן אויף דרײַ שעה יעדן מאָנטיק ביז פֿרײַטיק פֿונעם 8טן ביזן 26סטן פֿעברואַר, ווערן געצילעוועט איבערהויפּט אויף די דרום־אַמעריקאַנער סטודענטן וואָס וועלן צו יענער צײַט זײַן אויף זומער־וואַקאַציע. כּדי צו מאַכן די קורסן מער צוטריטלעך פֿאַר די אין אויסלאַנד, אָבער, וועט מען דאָס מאָל אויך לערנען אַ ייִדיש־קלאַס אויף ענגליש.
די אָנהייבער־קורסן וועלן לערנען אַבֿי בליץ (אויף ענגליש) און לוקאַס פֿישמאַן (אויף שפּאַניש) און די קלאַסן פֿאַר מיטנדיקע סטודענטן וועלן לערנען, אויף ייִדיש און שפּאַניש, לוקאַס פֿישמאַן און אסתּר שוואַרץ, די אַקאַדעמישע דירעקטאָרין פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ.
אַבֿרהם ליכטענבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ, וועט לערנען אַן אַוואַנסירטן סעמינאַר אויף ייִדיש וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי די שטאָט ווילנע ווערט געשילדערט אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
אַחוץ די שפּראַכקלאַסן גופֿא, וועט מען אויך לערנען עטלעכע צוגאָב־קורסן אויף שפּאַניש וועגן דער ייִדישער קולטור:
פּערלאַ שניי, אַ פּראָפֿעסאָרשע בײַם „אונטרעף“, וועט לערנען דעם סעמינאַר — „צווישן גלאָז און שטאָל: די ייִדישע פּאָעזיע אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט“.
סילוויאַ האַנסמאַן, אַן אַרכיוויסטקע בײַם ייִוואָ, און סוזאַנע סקוראַ, אַן אַנטראָפּאָלאָגין און סאָציאָלינגוויסטקע וואָס לערנט אין דער טעאַטער־אָפּטיילונג בײַם „בוענאָס־אײַרעסער אוניווערסיטעט“, וועלן אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר געווידמעט דער ייִדישער פּעדאַגאָגיע.
מאַרקאָס זילבער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע בײַם חיפֿהר אוניווערסיטעט, וועט לערנען אַ קורס וועגן דער פּאָפּולערער קולטור פֿון די פּוילישע ייִדן צווישן ביידע וועלט־מלחמות.
די קלאַסן וועלן פֿאָרקומען פֿון 10:00 אין דער פֿרי ביז 3:00 נאָך מיטאָג בוענאָס־אײַרעסער צײַט (8:00 אין דער פֿרי ביז 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט). סטודענטן וואָס פֿאַרשרײַבן זיך דורכן „נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט פֿונעם דריטן פֿעברואַר“ („אונטרעף“) קענען באַקומען זעכציק שעה אַקאַדעמישע קורספּונקטן. דער שׂכר־לימוד איז $300.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief