צום ערשטן מאָל וועט ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם לערנען ייִדיש אויף זעקס ניוואָעןFor the first time, YIVO summer program to teach six levels of Yiddish courses
די פּראָגראַם וועט ווידער דורכגעפֿירט ווערן אָנלײַן און אַרײַננעמען אַן אַוואַנסירטן סעמינאַר אויף צוויי וואָכן מיט מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי.

Image by Yivo Institute for Jewish Research
דער ייִוואָ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז צוליב דעם קאָראָנאַ־ווירוס־מצבֿ, וועט מען הײַיאָר ווידער דורכפֿירן די זומער־פּראָגראַם אָנלײַן. פֿאַראַיאָרן האָט דער ייִוואָ טאַקע צוגעצויגן אַ סך מער סטודענטן צוליב דעם וואָס מע האָט אים דורכגעפֿירט דורך „זום‟.
הײַיאָר וועט מען ווידער פֿאַרברייטערן דעם פֿאַרנעם פֿון דער פּראָגראַם. אַחוץ די געוויינטלעכע פֿינף ניוואָען א, ב, ג, ד און ה, וועט מען צוגעבן אַ זעקסטן ניוואָ, „ייִדיש ו“, פֿאַר די וואָס האָבן שוין פֿאַרענדיקט די פֿריִערדיקע ניוואָען. בען קאַפּלאַן, דער דערציִונג־דירעקטאָר בײַם ייִוואָ, האָט איבערגעגעבן, אַז דער ניוואָ ו וועט זײַן דער סאַמע אַוואַנסירטער זעקס־וואָכיקער שפּראַכקורס, וואָס דער ייִוואָ האָט אַמאָל געמאַכט.
די „זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך“ וועט פֿאָרקומען פֿונעם 21סטן יוני ביזן 30סטן יולי. דער טערמין זיך צו פֿאַשרײַבן איז פֿרײַטיק, דער 26סטער מאַרץ, אָבער טאָמער וויל מען אָנגעבן אויף אַ סובווענץ, מוז מען אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע פֿאַר פֿרײַטיק, דעם 26סטן פֿעברואַר. דער שׂכר־לימוד איז $2,500.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן וועלן דוד בראַון, מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי אָנפֿירן מיט עטלעכע קורסן סײַ פֿאַר סײַ נאָך דער הויפּטפּראָגראַם. בראַון, דער דירעקטאָר פֿון דער פּראָגראַם, וועט לערנען אַ מיני־קורס פֿאַר די וואָס האָבן זיך געלערנט בײַם ייִוואָ אין אַ פֿריִערדיקן זומער. דער קלאַס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 14טן ביזן 18טן יוני. דער מיני־קורס, וואָס וועט אַרײַננעמען 2.5 לערן־שעה אַ טאָג, קאָסט $325 פֿאַרן ברייטן עולם און $250 פֿאַר די ייִוואָ־מיטגלידער. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי וועלן ווידער אָנפֿירן מיטן קורס, „ייִדיש — דער ווײַטערדיקער שטאַפּל“, וואָס איז געצילעוועט אויף די, וואָס האָבן שוין פֿאַרענדיקט אַלע ניוואָען פֿון דער זומער־פּראָגראַם אָדער אַרבעטן פּראָפֿעסיאָנעל מיט ייִדיש. כּדי אָנצוגעבן אויפֿן קורס, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 2טן ביזן 13טן אויגוסט, פֿאַרבינדט זיך מיט בען קאַפּלאַן אויפֿן אַדרעס [email protected].
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
