אַוואַנסירטע אָנלײַן־ייִדיש־קלאַסן — לייענט די ווערק פֿון רחל קאָרן, אַנאַ מאַרגאָלין און משה סטרוגאַטש Advanced online Yiddish classes — read works by Rokhl Korn, Anna Margolin and Moishe Strugatch
שבֿע צוקער, מרים אײַזיקס און יעקבֿ באַסנער וועלן לערנען ייִדישע גראַמאַטיק און אידיאָמען אויפֿן סמך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווי אַ טייל פֿון איר אינטענסיווער פֿרילינג־פּראָגראַם אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אָרדנט אײַן די סאַן־דיעאָגער אָרגאַניזאַציע YAAANA „יאַנאַ“ (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע“) פֿיר טעג פֿון אַוואַנסירטע ייִדיש־קלאַסן.
אין די מיניקורסן, וואָס וועלן פֿאָרקומען פֿון מאָנטיק, דעם 1טן מאַרץ, ביז דאָנערשטיק, דעם 4טן, וועלן די סטודענטן צוזאַמען לייענען אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דיסקוטירן די דערציילונגען און לידער אויף ייִדיש. דערבײַ וועלן די לערער דערקלערן וועגן פֿאַרשידענע גראַמאַטישע פּיטשעווקעס, ייִדישע אידיאָמען און ליטעראַרישע אַספּעקטן פֿון די טעקסטן.
שבֿע צוקער וועט דעקן די ווערק פֿון פֿרויען־שרײַבערינס און פּאָעטעסעס, אַרײַנגערעכנט רחל קאָרן, אַנאַ מאַרגאָלין און רחל פֿײַגענבערג. דער קלאַס וועט פֿאָרקומען פֿון 11:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט ביז 12:30 נאָך מיטאָג.
מרים אײַזיקס וועט אָנפֿירן מיט אַ שמועסקרײַז, אין וועלכן די סטודענטן וועלן פֿאָרלייענען און דיסקוטירן לידער פֿון רחל קאָרן. בײַ דער געלעגנהייט וועט מען זיך אויך דערוויסן ווי אַזוי צו פּליאָטעקעווען אויף ייִדיש נוצנדיק היימישע אויסדרוקן. איר קלאַס וועט פֿאָרקומען פֿון 1:00 ביז 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
יעקבֿ באַסנער וועט אָנפֿירן מיט אַ לייענקרײַז, אין וועלכן די סטודענטן וועלן זיך באַקענען מיט די ווערק פֿון משה סטרוגאַטש, אַ לאַנגיאָריקער פּאָליטישער אַקטיוויסט און לערער אין די לינקע ניו־יאָרקער ייִדישע שולן. באַסנערס קלאַס וועט פֿאָרקומען פֿון 3:00 ביז 4:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
דער שׂכר־לימוד פֿאַר אַלע דרײַ קלאַסן איז $175 פֿאַרן ברייטן עולם, און $150 פֿאַר סטודענטן. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
