Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: אײַרין און רות מאַכן פּעטשאַWATCH: Irene and Ruth make ptcha

צוויי לעבנסלאַנגע חבֿרטעס ווײַזן ווי מע מאַכט דאָס אַלטע ייִדישע מאכל, אַפֿילו ווען מע האָט ניט קיין צוטריט צו קעלבערנע פֿיס.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

פּעטשאַ, אויך באַקאַנט אויף ייִדיש ווי פּעצע, פֿוסנאָגע, דרעליעס, גאַליער און פֿאַרגליווערטע פֿיס, איז אַן אַלט מאכל בײַ ייִדן, וואָס באַשטייט פֿון אַ גליווער געמאַכט פֿון קעלבערנע פֿיסלעך.

אינעם דאָזיקן ווידעאָ גרייטן צו דעם מאכל די לעבנסלאַנגע אויסטראַלישע ייִדישע חבֿרטעס אײַרין קראָנהיל־פּלעטקאַ און רות שער־פֿריד, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען אין דער מעלבורנער בונדיסטישער סבֿיבֿה. צוליב דעם וואָס מע קען אין אויסטראַליע מער ניט קויפֿן קיין קעלבערנע פֿיסלעך, מאַכן זיי אים מיט אַנדערע אינגרעדיענטן.

אײַרין קראָנהיל פּלעטקאַ איז געבוירן געוואָרן אין שאַנכײַ בײַ ייִדישע פּליטים, וואָס האָבן באַקומען וויזעס קיין יאַפּאַן פֿון דעם באקאַנטן יאַפּאַנישן קאָנסול אין ליטע, טשיונע סוגיהאַראַ. נאָך דער מלחמה האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין מעלבורן, וווּ אײַרין האָט זיך געלערנט צוויי טעג אַ וואָך, אין אַן אָרטיקער ייִדישער שול און איז געווען אַן אַקטיווע מיטגלידין אין דער יוגנט־באַוועגונג פֿונעם בונד, „סקיף“. הײַנט וווינט זי אין ניו־יאָרק, וווּ זי דינט ווי די וויצע־פֿאָרזיצערין פֿון דער ייִוואָס עקזעקוטיווע און פֿירט אָן מיט אַ פֿונדאַציע וואָס שטיצט אָרגאַניזאַציעס וואָס אַרבעטן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

רות־שער פֿריד איז געבוירן געוואָרן אין מעלבורן אין 1941 בײַ ייִדן וואָס האָבן פֿאַרלאָזט ריגע אין 1939. זי האָט זיך געלערנט אין דער מעלבורנער זונטיקשול אויפֿן נאָמען פֿון י. ל. פּרץ און איז לאַנגע יאָרן אַליין געווען אַ לערערין דאָרטן. זי איז אויך געווען אַקטיוו אין „סקיף“, סײַ ווי אַ קינד, סײַ ווי אַ „העלפֿער“ (אַ וועגווײַזער פֿאַר די ייִנגערע קינדער). פֿון פֿאַך איז זי געווען אַ פֿיזיאָטעראַפּעווטקע. זי און איר מאַן הענרי (אַנוש) פֿריד, מיט וועמען זי האָט חתונה געהאַט אין 1963, האָבן צוויי קינדער און פֿינף אייניקלעך.

Irene and Ruth

אײַרין און רות בלאָזן בלעזלעך, 1946, קאַרלטאָן, אויסטראַליע Image by Irene Kronhill Pletka

הענרי (אַנוש) פֿריד, וואָס האָט פֿילמירט אײַרין און רות בעת זיי האָבן געמאַכט דעם פּעטשאַ, איז געבוירן געוואָרן אין 1940 אין קאַזאַן, רוסלאַנד בײַ לאָדזשער ייִדן. זײַן פֿאָטער איז מאָבאַליזירט געוואָרן אין דער סאָוועטישער אַרמיי און איז אומגעקומען אין יולי 1943. נאָך דער מלחמה האָט הענרי, צוזאַמען מיט זײַן מאַמע און באָבע־זיידע, זיך אומגעקערט קיין לאָדזש, וווּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער פֿאָרשול. אין 1946 האָבן זיי געוווינט אין פֿאַרשידענע די־פּי־לאַגערן, ביז דער בונד האָט זיי געהאָלפֿן זיך אַרײַנצושמוגלען אין בעלגיע. צווישן זײַנע ייִדיש־לערער דאָרטן איז געווען די שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב. אין 1950 האָט ער זיך באַזעצט אין מעלבורן, וווּ ער איז באַלד געוואָרן אַ סקיפֿיסט צוזאַמען מיט זײַן צוקונפֿטדיקער פֿרוי. מיט זייערע קינדער האָבן הענרי און רות ביידע גערעדט ייִדיש.

כּדי צו זען דעם רעצעפּט (אויף ענגליש), גיט אַ קוועטש דאָ.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.