אַ ליטעראַרישער נאָכמיטאָג לכּבֿוד פּסחAn afternoon of Passover poetry and song
ייִדיש־לערער פֿונעם אַרבעטער־רינג וועלן פֿאָרלייענען ווערק פֿון שלום־עליכם, י. ל. פּרץ און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער „דריטער סדר“, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, וועט ניט זײַן די איינציקע געלעגנהייט צו הערן אַ ייִדיש וואָרט אָנלײַן פּסח־צײַט.
דאָנערשטיק, דעם 1טן אַפּריל, חול־המועד־פּסח, וועט דער אַרבעטער־רינג טראַנסמיטירן אַן אָנלײַן־פֿײַערונג, אין וועלכער ייִדיש־לערער און קולטור־טוער וועלן זינגען און פֿאָרלייענען לידער און אויפֿפֿירן הומאָריסטישע סקיצן פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ.
עס וועלן אָנטייל נעמען די לערער וואָס פֿירן אָן מיטן אַרבעטער־רינגס ייִדיש־קלאַסן, ווי אויך געוויסע פֿון זייערע אַוואַנסירטע סטודענטן. אינעם מוזיקאַלישן טייל וועלן לערער פֿון קלעזמער־מוזיק און געזאַנג שפּילן נײַע קאָמפּאָזיציעס געשאַפֿן דורך די סטודענטן. מע וועט פֿאָרלייענען און זינגען ווערק פֿאַרבונדן מיט פּסח פֿון שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, אַבֿרהם רייזען, ה. לייוויק, מאַרק וואַרשאַווסקי, בינעם העלער און ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.
די פּראָגראַם, וואָס איז בחינם, וועט באַגלייט ווערן סײַ פֿון ענגלישע אונטערקעפּלעך, סײַ פֿונעם טראַנסליטערירטן טעקסט פֿון די לידער. די פֿײַערונג הייבט זיך אָן 2:00 ניו־יאָרקער צײַט.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
