ווידעאָ: „אפֿיקומן“ — אלי לעווינס רירנדיק ליד לזכר זײַן ברודערWATCH: Afikomen – Eli Levin’s moving song in memory of his brother
דער טיטל פֿונעם ליד פֿאַררופֿט זיך אויפֿן הספּד, וואָס ר׳ ישעיה לעווין האָט געהאַלטן אויף זײַן זון ישׂראלס לוויה.

Graphic by Angelie Zaslavsky
חול־המועד פּסח 2018 זענען טראַגיש אומגעקומען אין אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע ישׂראל לעווין און אלישבֿע קאַפּלאַן, צוויי חדשים איידער זיי האָבן געזאָלט חתונה האָבן.
די וואָך האָט דער זינגער אלי לעווין אַרויסגעלאָזט אַ רירנדיקן מוזיק־ווידעאָ לזכר זײַן ברודער ישׂראל און ישׂראלס כּלה אלי־שבֿע, געווידמעט דער שדכנות־אָרגאַניזאַציע, ”10,000 בתּי־ישׂראל“, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין זייער אָנדענק.
דעם טעקסט פֿונעם ליד האָט געשריבן דער טאַלאַנטירטער זינגער, קאָמפּאָזיטאָר און פּאָעט מאָטי אילאָוויטש. ער איז אינספּירירט געוואָרן פֿונעם הספּד, וואָס אליס פֿאָטער, ר׳ ישעיה לעווין, האָט געהאַלטן אויף זײַן זונס לוויה.
מע האָט שוין געזען דעם מוזיק־ווידעאָ מער ווי 40,000 מאָל.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
