ווידעאָ: אַ ייִדיש ליד וועגן שוועדנס קאָלאַבאָראַציע מיט די דײַטשןWATCH: A Yiddish song about Sweden’s collaboration with the Nazis
לויִזאַ לינס „אַמאָל איז געווען אַ מעשׂה“ פֿאַררופֿט זיך אויף אַ פֿאָלקסליד אָבער דערציילט גאָר אַן אַנדער געשיכטע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָט דזשאָו באַוער, אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסט וואָס וווינט אין דײַטשלאַנד און שרײַבט אָפֿט וועגן ייִדישע טעמעס, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן איבערזיכט פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק.
צווישן די זינגער וואָס ער דערמאָנט אינעם אַרטיקל איז געווען לויִזאַ לין, אַ נאָמען וואָס איז מיר ניט געווען באַקאַנט. לין וווינט אין מאַלמע, שוועדן, וווּ עס געפֿינען זיך אַ סך פּוילישע ייִדן און איר מוזיק איז שטאַרק באַווירקט פֿון זייערע איבערלעבונגען. אין 2018 האָט זי אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ פֿאַר אַ ייִדישן ליד, „אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה“, וואָס פֿאַררופֿט זיך אויפֿן באַקאַנטן פֿאָלקסליד אָבער דערציילט גאָר אַן אַנדער געשיכטע — די שוועדישע קאָלאַבאָראַציע מיט נאַצי־דײַטשלאַנד.
כאָטש שוועדן איז אָפֿיציעל געבליבן נייטראַל בשעת דער מלחמה און אַ פּאָר טויזנט ייִדן האָבן פֿון 1941 ביז 1944 זיך געראַטעוועט דאָרטן, האָט די שוועדישע רעגירונג אויך מיטגעאַרבעט מיט די דײַטשן. מע האָט געלאָזט די דײַטשישע סאָלדאַטן פֿאָרן מיט די שוועדישע באַנען און זיי פֿאַרקויפֿט אײַזנאַרץ, מיט וועלכן מע האָט פֿאַבריצירט וואָפֿנס.
דאָס ליד, מיט ווערטער פֿונעם זשורנאַליסט, סאַלאָמאָן שולמאַן, דערמאָנט טאַקע יענעם שוועדישן אײַזן, „וואָס האָט אונדז געריכט אין קבֿר“.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
