באָסטאָנער ייִדישער אָנלײַן־קאָנצערט וועט אַרײַננעמען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער לידערYiddish online concert to include African-American songs
צווישן די טעמעס פֿון די לידער: די רעכט פֿון די אַרבעטער און די גלײַכקייט פֿון אַלע ראַסן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
דעם 15טן מײַ, 7 אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט דער „בעסערע וועלט“־כאָר פֿונעם באָסטאָנער אַרבעטער־רינג געבן אַ ספּעציעלן אָנלײַן־קאָנצערט אונטערן נאָמען „לאָמיר זינגען פֿאַר אַ בעסערער וועלט“ מיט דער באַטייליקונג פֿון עטלעכע גאַסטזינגערס פֿון אַרום דער וועלט. עס וועלן דאָרט אויפֿטרעטן: פּאָלינאַ שעפּערד, לאָרין סקלאַמבערג, מרדכי־צבֿי ראָסעל, דניאל קאַהן און דזשודי ברעסלער.
דער „בעסערע וועלט“־כאָר, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1997, האָט נײַנציק מיטגלידער און איז הײַנט דער גרעסטער ייִדיש־כאָר אויף דער וועלט. דער קאָמפּאָניסט דערעק דייוויד דיריגירט דעם כאָר זינט 2018.
דער מוזיקאַלישער רעפּערטואַר פֿונעם כאָר דריקט אויס די אידעאַלן פֿונעם אַרבעטער־רינג: סאָציאַלע גערעכטיקייט, מענטשלעכקייט, און אַקטיוויזם. די לידער פֿונעם קאָנצערט, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, וועלן באַהאַנדלען אַזעלכע טעמעס ווי די רעכט פֿון די אַרבעטער און די גלײַכקייט פֿון אַלע ראַסן. דער קאָנצערט וועט אויך אַרײַננעמען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער לידער וועגן פֿרײַהייט און באַפֿרײַונג. אַ קורצן אויסצוג פֿונעם כאָרס מוזיק קען מען הערן דאָ.
בילעטן צום קאָנצערט קען מען קויפֿן דאָ. פֿאַר די מיטגלידער פֿונעם אַרבעטער רינג איז דער פּרײַז נידעריקער, און ס׳איז אויך דאָ אַ הנחה פֿאַר דער יוגנט און פֿאַר מענטשן וואָס פֿאַרדינען ווייניק.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
