Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָנגעזעענער פּויליש־ייִדישער ייִוואָ־אַרכיוויסט מאַרעק וועב איז אַוועקDistinguished Polish-Jewish YIVO archivist Marek Web has passed away

אַ דאַנק אים האָט מען אָרגאַניזירט די ווילנער זאַמלונגען פֿון פֿאַר דער מלחמה, וואָס זײַנען געהאַט אָנגעקומען אין אַ שטאַרק כאַאָטישן צושטאַנד.

דעם 14טן מײַ איז דער אָנגעזעענער, לאַנגיאָריקער ייִוואָ־אַרכיוויסט מאַרעק וועב אַוועק אין דער אייביקייט צוליב אַ האַרצקראַנקייט. ער איז געווען 83 יאָר אַלט.

לויט זײַן מיטאַרבעטער בײַ די ייִוואָ־אַרכיוון, לעאָ גרינבאַום, איז וועבס גרעסטער אויפֿטו געווען צו אַראַנזשירן די זאַמלונגען, ספּעציעל די ווילנער זאַמלונגען פֿון פֿאַר דער מלחמה, וואָס זײַנען געווען אין אַ כאַאָטישן צושטאַנד. מאַרעק האָט אַ מאָל געדאַרפֿט ממש צונויפֿשטוקעווען שטיקלעך פּאַפּיר פֿון פֿאַרשיידענע קאָלעקציעס, אַ זײַטל פֿון אַ בריוו דאָ מיט אַ זײַטל פֿון דאָרטן.

אין די 1990ער יאָרן זײַנען אָנגעקומען פֿון ווילנע הונדערטער קעסטלעך מיט אַרכיוו־מאַטעריאַלן פֿון דעם ווילנער ייִוואָ פֿאַר דער מלחמה, וואָס זײַנען על־פּי נס געראַטעוועט געוואָרן סײַ פֿון די נאַציס און סײַ פֿון די סאָוועטן. צוזאַמען מיט פֿרומע מאָרער האָט מאַרעק אָנגעפֿירט מיט דער גרויסער אַרבעט צו אַראַנזשירן און קאַטאַלאָגירן יענע מאַטעריאַלן אויך, וואָס מע האָט דערנאָך געדאַרפֿט צוריקשיקן קיין ווילנע. איצט ווערן די ווילנער און די ניו־יאָרקער קאָלעקציעס אינטעגרירט אָנלײַן אין די ראַמען פֿונעם „ווילנער פּראָיעקט“.

אין 1998 האָט ער, צוזאַמען מיט דער ייִוואָ־אַרכיוויסטקע פֿרומע מאָרער, אַרויסגעגעבן דעם „וועגווײַזער צום ייִוואָ־אַרכיוו“ — אַ וויכטיקער רעסורס פֿאַר אַלע פֿאָרשערס פֿון דער ייִדישער געשיכטע און פֿון יודאַיִסטיק בכלל. דער טעקסט איז די באַזע פֿאַר ייִוואָס איצטיקן אָנלײַן־קאַטאַלאָג.

מאַרעק וועב איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, פּוילן אין 1938. נאָך איידער די נאַציס האָבן אײַנגעשטעלט די ייִדישע געטאָ אין לאָדזש אין 1940, האָבן טאַטע־מאַמע פֿאַרשטאַנען די סכּנה: זיי האָבן באַוויזן צו גנבֿענען די גרענעץ און זײַנען אַריבער אין דער סאָוועטישער זאָנע. שפּעטער זײַנען זיי עוואַקויִרט געוואָרן קיין טאַשקענט, אין סאָוועטישן אוזבעקיסטאַן. קינדווײַז האָט מאַרעק שוין גערעדט דרײַ שפּראַכן: פּויליש, רוסיש און ייִדיש.

אין 1946 האָט די משפּחה וועב זיך אומגעקערט קיין פּוילן און זיך צוריק באַזעצט אין לאָדזש, וואָס איז געוואָרן די גרעסטע ייִדישע קהילה אין פּוילן. דאָרט האָט מאַרעק זיך געלערנט אין די ייִדישע שולן און שטודירט געשיכטע בײַם לאָדזשער אוניווערסיטעט. פֿון 1960 ביז 1963 איז ער געווען אַ געשיכטע־לערער אין אַ ייִדישער שול אין ווראָצלאַוו (ברעסלע), וואָס האָט אויך געהאַט אַ רעלאַטיוו גרויסע ייִדישע באַפֿעלקערונג. דערנאָך האָט ער זיך באַזעצט אין וואַרשע און געאַרבעט פֿאַר דער פּוילישער בײַלאַגע פֿון דער ייִדישער צײַטונג, „פֿאָלקס־שטימע“.

אין 1967, גלײַך נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, איז געקומען אַ נײַע כוואַליע פּוילישן אַנטיסעמיטיזם און די העצערישע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע פֿונעם רעזשים אונטער וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ. אַ סך ייִדן האָבן פֿאַרלוירן די שטעלעס און זיך געפֿילט געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. די משפּחה וועב איז אַוועקגעפֿאָרן אין נאָוועמבער 1969 און זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק.

נאָך איידער ער איז אָנגעקומען, האָט מאַרעק וועב שוין געהאַט אַראַנזשירט פֿאַר זיך אַ שטעלע בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ. ער האָט דאָרט געאַרבעט אין אַרכיוו פֿון 1970 ביז 2019, און פֿון 1981 אָן ווי דער הויפּט־אַרכיוויסט. במשך פֿון די יאָרן האָט ער אויך געדינט ווי אַן עצה־געבער פֿאַר אָן אַ שיעור פֿאָרשערס און סטודענטן.

מאַרעק וועב האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי, זאָסיע; זײַן זון, רפֿאל, און אייניקלעך — מיקאַיִלאַ און אַנדרו.

צו די אַלע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַרדינסטן איז מאַרעק וועב אויך געווען אַ טײַערער מענטש און אַ גוטער פֿרײַנד פֿון אַ סך מענטשן פֿון אונדזער ייִדיש־וועלט. כּבֿוד זײַן אָנדענק!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.